Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער פּרעזידענט ביל קלינטאָן האָט שוין לאַנג "געמופֿט" פֿון דעם ווײַסן הויז, אָבער ווען ער גיט אַ זאָג עפּעס, הערט מען עס. לעצטנס האָט ער אַרויסגעזאָגט זײַן מיינונג וועגן די רוסישע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל און געשאַפֿן אַ היפּשן חלק פֿון דער היגער באַפֿעלקערונג.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאַרטין ריינאָר אין דער ראָלע פֿון פֿרויד, און מאַרק ה. דאָלד אין דער ראָלע פֿון סי. עס. לויִס אין דער דראַמע

איך קען גאָרנישט געדענקען ווען איך בין געווען אַזוי אַנטציקט פֿון אַ פּיעסע ווי "פֿרוידס לעצטע סעסיע," אָבער מען טאָר נישט פֿאַרלירן די האָפֿענונג, ווײַל עס איז נאָך פֿאַראַן אין דעם ניו־יאָרק אַן אינטעליגענטער טעאַטער־עולם. דער זאַל איז טאַקע געווען געפּאַקט מיט זיי. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס׳רובֿ צושויער זײַנען געווען פּסיכיאַטערס, פּסיכאָלאָגן און פּסיכאָ־טעראַפּיסטן.


ייִדיש־וועלט

דער דירעקטאָר פֿון דער נײַער מיטלשול, ראַבינער עדוואַרד האַרוויץ (שטייט) 
און אַ טייל פֿון די תּלמידים

מיט פֿיר וואָכן צוריק איז אַ שטיקל נס מקיים געוואָרן אין ברידזשפּאָרט, קאָנעטיקאָט. נישט געקוקט אויף די שווערע עקאָנאָמישע צײַטן, ווען אַ צאָל ייִדישע טאָגשולן זאָרגן זיך, צי זיי וועלן צוליב דער שווערער עקאָנאָמיע קענען בלײַבן אָפֿן, האָט אַ נײַע ייִדישע מיטלשול געפֿײַערט איר חנוכּת־הבית.
דער גאַסט־רעדנער יענעם אָוונט — דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר פֿון קאָנעטיקאָט און אַמאָליקער קאַנדידאַט פֿאַר וויצע־פּרעזידענט, דזשאָסעף ליבערמאַן — האָט באַצייכנט די ערשטע 19 תּלמידים פֿון דער "ייִדישער מיטלשול פֿון קאָנעטיקאָט" (Jewish High School of Connecticut) ווי אמתע פּיאָנערן.


װיסנשאַפֿט
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סטאַניסלאַוו סמירנאָוו

סוף אויגוסט, זענען אָנגערופֿן געוואָרן די נעמען פֿון די הײַאָריקע פֿילדס־לאַורעאַטן. דער "פֿילדס־מעדאַל" איז די העכסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק, וואָס ווערט צעטיילט איין מאָל אין פֿיר יאָר. דאָס יאָר, האָבן עס באַקומען דער וויעטנאַמיש־פֿראַנצייזישער געלערנטער נגאָ באַאָ טשאַו, פֿאַר זײַנע רעזולטאַטן אין אַלגעבראַיִשער געאָמעטריע; אַ רוסלענדיש־שווייצערישער מאַטעמאַטיקער סטאַניסלאַוו סמירנאָוו, פֿאַר זײַנע ווערק אין סטאַטיסטישער פֿיזיק;


ביאָגראַפֿיעס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לודוויג (לייזער) זאַמענהאָף

איצט איז שוין קלאָר פֿאַר אַלעמען די געוואַגטקייט און די אַמביציעזקייט פֿון זאַמענהאָפֿס פּלענער צו שאַפֿן אַ נײַ פֿאָלק פֿאַר וועמען "עטישע באַציִונגען" מיט אַלע מענטשן־קינדער (ניט געקוקט אויף זייער פֿאָלק, קולטור, בירגערשאַפֿט צי גלויבן), זאָל זײַן זייער הויפּטציל אין לעבן. איבערצײַגט, אַז כּדי זײַן דערפֿינדונג פֿון "עספּעראַנטאָ" זאָל האָבן אַריכות־ימים, מוז עס קודם־כּל ווערן די ירושה פֿון אַן איבערגעגעבן פֿאָלק, האָט ער עס לכתּחילה געשאָנקען צו די ייִדן פֿון רוסלאַנד.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט, ווי אַזוי די ימים־נוראָים זענען גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן חג־הסוכּות, אין שײַכות מיט די אותיות פֿונעם הייליקן שם־השם. יום־כּיפּור איז דער הויכפּונקט פֿונעם יאָר, ווען עס ווערט אַנטפּלעקט דאָס פּינטעלע, וואָס פֿאַרבינדט די ייִדישע נשמה מיט איר ג־טלעכן שורש.