Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט מען אָפּגעמערקט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. ווי אַ גרויסער ייִדישער שרײַבער, אָנערקענט אין אַלע סבֿיבֿות פֿון ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט און אין דער וועלט בכלל, איז די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט געוואָרן זייער באַשיידן, באַזונדערס אין די אַזוי גערופֿענע "דזשויִש"־אָרגאַניזאַציעס פֿון אַמעריקע, וווּ (לאָמיר גלייבן) אַלע האָבן געהערט דעם נאָמען פֿונעם שרײַבער, און געוויס עפּעס געלייענט פֿון זײַנע ווערק אין דער ענגלישער איבערזעצונג.


ישׂראל
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו מיט דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן פֿאַר זייער זיצונג דעם 11טן נאָוועמבער, אין ניו־יאָרק

דער נישט לאַנג פֿאַרשטאָרבענער תּל־אָבֿיבֿער קינסטלער "משהלע" בערנשטיין, דער פֿאַראייביקער פֿונעם מיטאָס פֿון ייִדישן שטעטל, דערשײַנט אין אייניקע פֿון זײַנע מאָלערײַען און צייכענונגען מיט אַ פּעקל אויף דער פּלייצע. דאָס איז דאָס פּעקל פֿון די ייִדישע צרות, וואָס ער, אַזוי ווי יעדער ייִד, שלעפּט אויף זיך אין זײַן צוויי טויזנט־יאָריקן גלות. עס איז ווערט צו באַטאָנען, אַז די דאָזיקע בילדער זײַנע האָט ער געמאָלט און געצייכנט אין מדינת־ישׂראל, וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דער אַנטיפּאָד און דער פֿאַרלייקענער פֿונעם גלות.


געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סעמיאָן דאָמניצער

קיין איין אַנדער ייִדישע אָרגאַניזאַציע זיצט ניט אויף אַזאַ פּותּיקא, ווי די "קליימס קאָנפֿערענס". זי איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1951, כּדי זיך באַשעפֿטיקן מיט די דײַטשישע אויסצאָלונגען — פֿאַר די מאָנונגען אין שײַכות מיטן חורבן. די ייִדן, וואָס האָבן די רעכט צו באַקומען פֿינאַנציעלע קאָמפּענסאַציעס, זײַנען צעטיילט אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. אייניקע באַקומען אַן איינמאָליקע אויסצאָלונג, דער עיקר פֿאַר מוזן אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה.


קונסט
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָפֿיציעל איז יפֿו אויך תּל־אָבֿיבֿ; זינט 1950 האָט די תּנ״כישע שטאָט פֿון ווײַטן אַלטערטום און די מאָדערנע מעטראָפּאָליע זיך פֿאַרוואַנדלט לויט אַ מלוכישן דעקרעט אין איין שטאָט. פֿאַקטיש אָבער ראַנגלט זיך יפֿו ווי זי קען אויפֿצוהאַלטן איר אייגנאַרטיקן אָריענטאַל־אַראַבישן כאַראַקטער.

די גאַלעריע "קיימא" איז קוים נאָך איינע פֿון די פֿילצאָליקע קונסט־גאַלעריעס אין יפֿו. זי פּֿרוּווט אָבער אויף איר אופֿן באַקאַנט צו ווערן דורך איר אַנדערשקייט. "קיימא" פֿאַרנעמט נישט קיין איינעם פֿון די פֿילצאָליקע חלום־ווינקעלעך וואָס באַשײַנען די שטאָט.


װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ייִדיש־פֿאַרם: אַ נײַער גילגול פֿון אַן אַלטן חלום

זונטיק, דעם 12טן דעצעמבער, וועט פֿאָרקומען אַ זעלטענע געשעעניש אין דער שטאָט ניו־יאָרק; אַ גרופּע יונגע ייִדיש־רעדער וועלן גרינדן אַ נײַע ייִדישע אָרגאַניזאַציע — "די ייִדיש־פֿאַרם" — וואָס איר ציל וועט זײַן צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדישע שפּראַך זאָל האָבן אַ קיום נישט בלויז אין דער גאָר פֿרומע וועלט, נאָר אויכעט צווישן יונגע מאָדערנע ייִדן.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן מיט זײַן משפּחה פֿון זײַן פֿעטער לבֿן, נאָך 20 יאָר שווערער אַרבעט ווי אַ פּאַסטעך. לבֿן האָט זיי נאָכגעיאָגט, אָבער דער אייבערשטער האָט אים געוואָרנט, אין אַ חלום, צו לאָזן יעקבֿן צו רו. הגם ס׳איז שוין פֿאַרבײַ אַ לאַנגע צײַט, האָט יעקבֿ זיך געזאָרגט, אַז זײַן ברודער, עשׂו, איז נאָך אין כּעס אויף אים.