Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

יענע וואָך נאָך די דראָונגען פֿון דער הסתּדרותּ דורכצופֿירן אַן אַלגעמיינעם שטרײַק פֿון אַלע מלוכה־מיטאַרבעטער, האָט דער פּרעמיער נתניהו און זײַן פֿינאַנץ־מיניסטער שטײַניץ רעאַגירט אויף דעם, אָננעמענדיק אייניקע "עקסטרע מיטלען": אַראָפּגעלאָזט דעם פּרײַז אויף בענזין (23 אַגורות אויף אַ ליטער), וואַסער, אויטאָבוס־נסיעות אויף דער פּערעפֿעריע; עס ווערט אויך פּלאַנירט צו העכערן דעם מינימאַלן געהאַלט אויף 450 ש״ח (אַן ערך $128 אַ חודש). מע ווייסט דאָך אָבער גוט, אַז בחינם קריגט דאָס מײַזל קעז נאָר אין דער מײַזן־פּאַסטקע. דאָ געוואָרפֿן אַ ביינדל, און דאָרטן שוין צוגענומען אַ גאַנצע פּאָלקע. צו דעקן די אויסגאַבן פֿאַר די "עקסטרע מיטלען", וויל איצט די רעגירונג קירצן דעם בודזשעט אויף 2% בײַ אַלע מיניסטעריומס און אָפּציִען די ווײַטערדיקע פֿאַרקלענערונג פֿון די הכנסה־שטײַערן.


געשיכטע, קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שאַרל עפֿרוסי (1849—1903)

ווי באַקאַנט, האָבן די גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע בירגער, וואָס די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע פֿון 1789 האָט די ייִדן דערלאַנגט, דערהויבן די אַחינו־בני־ישׂראל עקאָנאָמיש און סאָציאַל. דאָס ייִדישע יונגוואַרג האָט גענומען שטודירן אין די אוניווערסיטעטן; גענומען אַרבעטן אין דער אַדמיניסטראַציע, זאָגן אַ וואָרט אין האַנדל, אינדוסטריע און פֿינאַנצן; די ייִדישע נעמען האָבן אָנגעהויבן קלינגען אין דער פּאָליטיק און עקאָנאָמיע פֿון פֿראַנקרײַך. די צאָל ייִדישע עשירים, מחוץ די רײַכע שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע ייִדן, האָט זיך באַטײַטיק פֿאַרגרעסערט.

ווי דער שטייגער איז, אַן אויפֿגעקומענער, ווען ער קריגט אַרײַן אַ מטבע אין דער האַנט אַרײַן, וויל ער שוין די וועלט זאָל דאָס באַמערקן. טוט מען קאָפּירן דעם אײַנגעזעסענעם עושר. מען בויט אַ רײַכע היים מיט לוקסוס־מעבל, מען באַהענגט די ווענט מיט בילדער, וואָס נישט שטענדיק טוט מען זיי פֿאַרשטיין; מען שטעלט אײַן אַ ביבליאָטעק מיט ביכער, וועלכע מען וועט זעלטן זיי לייענען; מען פֿירט אײַן בײַ זיך אַ סאַלאָן און מען נעמט אויף מענטשן מיט אַ "קלינגענדיקן" נאָמען; קורץ — מען פֿירט אַ לעבן ווי די אַלע אַלטע עשירים, די אַריסטאָקראַטן. די מעשׂה איז נאָר, וואָס, בדרך־כּלל, פֿעלט דעם אויפֿגעקומענעם אַ ביסל קולטור, אַ קאַפּיטשקע עסטעטישן געשמאַק.


ליטעראַטור, ביאָגראַפֿיעס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין "פֿאָרווערטס" האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט מענדל אָשעראָוויטש, איינער פֿון די בעסטע מחברים אין דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג. האָט ער אין יולי 1938 געשריבן וועגן מאַקס פּײַן, אַ וויכטיקן טוער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג, און אויך אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" אין פֿאַרשיידענע יאָרן. פּײַן איז אין יאָר 1920 געפֿאָרן קיין רוסלאַנד מיט אַ שליחות פֿון "דזשוינט" און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער הילף-אַרבעט אין יענע מקומות. ווען ער איז צוריק געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען בײַ אים געפֿרעגט וועגן דעם מצבֿ אין רוסלאַנד און זײַן מיינונג וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. פּײַן איז געווען אַ מענטש מיט הומאָר און האָט זײַנע אײַנדרוקן באַשריבן דורך אַזאַ מעשׂה:

אַ ייִדענע, וואָס איז געווען מיאוס ווי דער טויט, איז אַ מאָל געקומען צום רבין ער זאָל איר צוּווינטשען, אַז איר מאַן, וואָס איז פֿון איר אַנטלאָפֿן, זאָל קומען צוריק.


פּובליציסטיק

דאָס יאָר וועט זײַן דאָס צענטע, זינט דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט אָנגעהויבן שיקן סאָלדאַטן קיין אַפֿגאַניסטאַן; דעם 20סטן מאַרץ וועט מען אָפּמערקן אַכט יאָר נאָך דער אַמעריקאַנער אינוואַזיע אין איראַק. לויט דער סטאַטיסטיק זענען 37 ייִדישע סאָלדאַטן, מענער און פֿרויען, אומגעקומען אין די שלאַכטן. עס קען זײַן, אַז די צאָל איז העכער, ווײַל אַ טייל סאָלדאַטן, ייִדן, רופֿן נישט אָן זייער רעליגיע ווען זיי דינען אין די מוסולמענישע לענדער. מיר דרוקן ווײַטער אָפּ געציילטע פּראָפֿילן פֿון די ייִדישע קרבנות. די באַשרײַבונגען פֿון אַלע ייִדישע געפֿאַלענע מיליטער־לײַט קען מען לייענען אינעם ענגלישן "פֿאָרווערד" פֿונעם 18טן פֿעברואַר 2011.


ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די צוויי חיפֿהער מוזיקער איתּי אַלתּר און אורית פּערלמאַן האָבן אַרויסגעלאָזט אַ נײַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן נאָמען "אָט אַזוי!". די רעקאָרדירונג שפּיגלט אָפּ די מוזיקאַלישע אינטערעסן פֿון די צוויי מוזיקער — דזשעז, חזנות און פאָלקסליד. די זינגערין פּערלמאַן דערציילט: "ווען איתּי אַלתּר און איך האָבן אַנטדעקט אונדזער בשותּפֿותדיקע ליבשאַפֿט צו ייִדיש, האָט זיך אונדזער נסיעה אָנגעהויבן. נאָך דעם ווי מיר האָבן איבערגעקוקט אַ סך לידער, האָבן מיר אויסגעקליבן נאָר די, וואָס האָבן אונדז צוגעצויגן מיט זייער אוראַלטן ייִחוס. זיי האָבן עפּעס טיפֿס אָנגערירט בײַ אונדז".

אורית פּערלמאַן האָט גראַדויִרט פֿון דער חזנות־פּראָגראַם אינעם "העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש" פֿאַר ישׂראלדיקע סאָליסטן. זי איז געווען אַ חזנטע אין פֿאַרשיידענע שילן און סינאַגאָגעס אין ישׂראל און אַמעריקע. דרײַ מאָל האָט זי געוווּנען אַ "שלשלת"־פּריז פֿאַר נײַער חזנישער מוזיק. זי האָט אויך געלערנט וואַרשטאַטן אויף אַזוינע טעמעס ווי "שלום־עליכם און מײַן מלאך", וועגן דעם שאַפֿן פּערזענלעכע תּפֿילות אינספּירירט פֿון עלטערע ייִדישע טראַדיציעס און דער מאָדערנער העברעיִשער פּאָעזיע.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

במשך פֿון עטלעכע פֿאָריקע וואָכן האָבן מיר באַהאַנדלט דעם סאָציאַלן תּוכן פֿון די פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם יציאת־מצרים, מתּן־תּורה און בנין־המישכּן. דער ערשטער טייל פֿונעם חומש "שמות", פֿון אָנהייב ביז "מישפּטים", ווערן באַטראַכט ווי אַ ספּעציעלער בלאָק פֿונעם חומש, וואָס ווערט אָנגערופֿן "שובֿבֿים"; דאָס איז ראָשי־תּיבֿות פֿון די ערשטע אותיות אין די נעמען פֿון די פּרשיות. אין אַן עיבור־יאָר, אַזוי ווי הײַיאָר, ווערן די סדרות, וועלכע מיר האָבן געלייענט במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן, "תּרומה" און "תּצוה", אויך אַרײַנגערעכנט ווי אַ טייל פֿונעם דאָזיקן בלאָק.