- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די טעראָריסטישע אָנפֿאַלן אויף דרום־ישׂראל די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן בפֿירוש אַרײַנגעבראַכט אינעם פֿאַרנעפּלטן מאָרגן פֿון מיטל־מיזרח אַ בולטן אָנווײַז אויף דעם, אַז דער ווייניק־קאָנטראָלירטער שטח פֿון סיני ווערט אַלץ מער און מער פֿאַרוואַנדלט אין אַ סטאַנציע פֿון פֿאַרשידענע מינים טעראָריסטישע באַנדעס. זינט די 1990ער יאָרן פֿלעגן זיך דאָרט צונויפֿקלײַבן די מוסולמענישע מיליטאַנטן, וועלכע האָבן דורכגעמאַכט אַ געוויסן וועג, נאָכן באַטייליקן זיך אין די לאָקאַלע מלחמות איבער דער וועלט. דעריבער האָט מען געקאָנט דאָרט געפֿינען אַ גאַנצן מוסולמענישן אינטערנאַציאָנאַל — פּאַלעסטינער, עגיפּטער, אַפֿגאַנער און בעדויִנער, ווי אויך געניטע רוצחים פֿון טשעטשניע און טאַדזשיקיסטאַן. לעצטנס, ציִען די הפֿקרותדיקע רחבֿותן צו זיך צו די מיליטאַנטן פֿון "כעזבאָלאַ" און אַל־קײַדאַ. סיני איז געוואָרן אַ "פֿרײַער מאַרק" פֿאַר די וואָפֿן־הענדלערס און סוחרים פֿון לעבעדיקער סחורה און נאַרקאָטיקס. צו די אויפֿרײַסן אויף דער עגיפּטישער גאַזלייטונג נאָך דער איבערקערעניש אין קאַיִר האָבן אויך צוגעלייגט זייער האַנט די באַנדיטן פֿון סיני. פֿון סיני איז באַשאָסן געוואָרן שוין נישט איין מאָל אילתּ און די קוראָרטן פֿון יאָרדאַניע. און אויב דער געוועזענער פּרעזידענט מובאַראַק האָט נאָך ווי ניט ס’איז קאָנטראָלירט דעם מצבֿ, און אַפֿילו בדעה געהאַט אויפֿצושטעלן אין אייניקע גרענעץ־ערטער אײַזערנע ווענט, איז בײַ דעם איצטיקן וואַקלענדיקן רעגירונג־מצבֿ פֿילן זיך די סיני־גזלנים פֿראַנק און פֿרײַ. נאָך מער, עס הערן זיך אַפֿילו פֿון דאָרט קולות אָפּצוטיילן דעם האַלב־אינדזל פֿון עגיפּטן און שאַפֿן דאָרט אַן אומאָפּהענגיקע איסלאַמיסטישע מלוכה. עס איז מיר אויסגעקומען עטלעכע מאָל, סײַ אין טעקסאַס, סײַ אין ניו־יאָרק און פֿילאַדעלפֿיע, זיך צו באַקענען מיט קאַריקאַטוריסטן, קינסטלער פֿון "קאָמיקס"; בפֿרט, פֿון די אַזוי־גערופֿענע "אונטערערדישע" קאָמיקס. אָפֿט מאָל געבן אַרויס די קינסטלער אַליין זייער ווערק ביז, אין אַ מזלדיקער שעה, זיי ווערן "אַנטדעקט". בדרך־כּלל, מײַדן אויס די קינסטלער אַן עפֿנטלעכע געזעלשאַפֿט, בלײַבן אַליין אין שטוב און האַלטן זיך באַזונדער, אָפּגעפֿרעמדט. דאָס צייכענען בילדער־שטרײַפֿן איז אַ ייִחידישע קונסט, להיפּוך, למשל, צו שאַפֿן פֿילמען, וווּ מע נייטיקט זיך אין אַ גאַנצער מאַנשאַפֿט פֿון מיטהעלפֿער און מבֿינים אין כּלערליי שײַכותדיקע קונסטן. דער פֿראַנצויזישער ייִד, זשאָאַן ספֿאַר, האָט, אָבער, באַוויזן צו ווערן סײַ אַ באַקאַנטער קאַריקאַטוריסט, און לעצטנס, סײַ אַן אָנערקענטער פֿילם־רעזשיסאָר. די וואָך קומט פֿאָר די ניו־יאָרקער פּרעמיערע פֿון זשאָאַן ספֿאַרס ערשטן פֿילם "גאַנזבורג", וועגן דעם פֿראַנצויזיש־ייִדישן פּאָפּ־זינגער סערזש גאַנזבורג. איז דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט, ספֿאַר געקומען אין שטאָט זיך צו טרעפֿן מיט דער אַמעריקאַנער פּרעסע צו רעדן וועגן זײַן פֿילם. "גאַנזבורג" האָט מען שוין רעצענזירט און געלויבט אין אונדזער צײַטונג, ווען מע האָט אים אָנגעהויבן צו ווײַזן אין אייראָפּע און ענגלאַנד מיט אַ יאָר צוריק. דער גאַנצער טיטל פֿונעם פֿילם איז "גאַנזבורג: אַ העלדיש לעבן", און דער טיטל שפּיגלט אָפּ ספֿאַרס גרויס דרך־ארץ פֿאַרן זינגער. ספֿאַר דערציילט: "איך בין אַוועק פֿון דרום־פֿראַנקרײַך און געקומען קיין פּאַריז מיט איין ציל: זיך צו טרעפֿן מיט סערזש גאַנזבורג... אַ חודש נאָך דעם ווי איך בין אָנגעקומען קיין פּאַריז איז ער געשטאָרבן". רוסלאַנד האָט אַ רײַכע טראַדיציע פֿון ייִדישער היסטאָרישער, עטנאָגראַפֿישער און ליטעראַרישער פֿאָרשונג, אָבער עד־היום זײַנען די בעסטע ווערק געווען פֿאַרבאָרגן צווישן די טאָוולען פֿון אַלטע ביכער און זשורנאַלן. איצט האָט מען, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ מעגלעכקייט צו זען מיט די אייגענע אויגן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון אָט דעם אייגנאַרטיקן גײַסטלעכן וועלטבאַנעם. דער נײַער ייִדישער מוזיי, וואָס האָט זיך הײַיאָר געעפֿנט אין מאָסקווע, געפֿינט זיך אין אַ באַשיידענעם לאָקאַל אין אַ געוויינטלעכער מאָדערנער געבײַדע ניט ווײַט פֿונעם שטאָט־צענטער. דאָס איז אַ פּריוואַטע אונטערנעמונג, און דערפֿאַר דאַרף מען זיך פֿריִער צונויפֿרעדן טעלעפֿאָניש מיט דער אַדמיניסטראַציע וועגן אַ באַזוך, אָבער דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ און דער מוזיי איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען. ניט געקוקט אויף דעם באַשיידענעם אויסזען, פֿאַרמאָגט דער מוזיי אַ רײַכע קאָלעקציע מיט אַן אָריגינעלער קאָנצעפּציע. דער מוזיי איז ממשיך די טראַדיציע פֿון ש. אַנ־סקי און ש. דובנאָוו, וואָס איז געווען דער אינטעלעקטועלער יסוד פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט אין פּעטערבורג פֿאַר דער רעוואָלוציע. די עקספּאָזיציע ווערט פֿאָרגעשטעלט פֿון אַ טאָפּלטער, עטנאָגראַפֿיש־היסטאָרישער פּערספּעקטיוו. די עקספּאָנאַטן זײַנען פֿון צוויי מינים. איין גרופּע אילוסטרירט דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבנס־שטייגער׃ פֿראַגמענטן פֿון דער דעקאָראַציע פֿון שילן, מנורות, מיזרחים, כּלערליי אַנומלטן, און אַפֿילו אַ שוואַרצער קאַטאַפֿאַלק פֿון אַ חבֿרה־קדישא. אַ סך פֿון די דאָזיקע זאַכן שטאַמען פֿון בעסאַראַביע און פּאָדאָליע, און דערווײַזן די עקספּרעסיווע טראַדיציע פֿון ייִדישער פֿאָלקסקונסט פֿון יענע געגנטן. זיי זײַנען פֿריילעך, נאַיִוו און קאָלירפֿול. י. ל. פּרץ האָט באַזוכט די הויפּט־שטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע צוויי מאָל, אין 1907 און אין 1911. ביידע באַזוכן האָבן אַרויסגערופֿן אַ סך עפֿנטלעכן אינטערעס. די זאַלן, וווּ פּרץ האָט גערעדט, זײַנען געווען פֿולגעפּאַקט. וועגן זײַנע באַזוכן האָבן געשריבן ייִדישע און רוסישע צײַטונגען, און מיט יאָרן שפּעטער האָבן וועגן דעם דערמאָנט אין זייערע זכרונות זײַנע מיטצײַטלער. די דאָזיקע געשעענישן טראָגן אויף זיך אַ בולטן שטעמפּל פֿון יענער אָנגעשפּאַנטער צײַט פֿון דער ייִדישער קולטורעלער אויפֿלעבונג נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע. 1907 צום ערשטן מאָל איז פּרץ אײַנגעלאַדן געוואָרן קיין פּעטערבורג דורך דער אָרטיקער בונד־אָרגאַניזאַציע פֿאָרצולייענען זײַנע ווערק אויף אַ ליטעראַריש־מוזיקאַלישן אָוונט אינעם קליינעם זאַל פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע דעם 24סטן פֿעברואַר פֿון 1907. אַלע אַנדערע אָנטיילנעמער זײַנען געווען פֿון פּעטערבורג׃ דער באַקאַנטער דאָקטאָר און כּלל־טוער אַבֿרהם בראַמסאָן, דער שרײַבער מרדכי (מאַרק) ריוועסמאַן, דער פֿאָלקלאָריסט זוסמאַן (זינאָווי) קיסעלהאָף, ווי אויך אייניקע באַקאַנטע מוזיקער און דער סטודענטישער כאָר פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אפֿרים שקליאַר. וואָס איז געבליבן פֿון יענער עקזאָטישער לאַנדשאַפֿט, אין וועלכער עס האָט זיך געשטאַלטיקט אין ייִדישן — און נישט נאָר אין ייִדישן — באַוווּסטזײַן דער נאָענטער און דער מיטעלער אָריענט, און אין אים, דאָס הייליקע לאַנד מיט זײַן געטלעכן רום און אָריענטאַלישער אידיליע? און ווי פּאַסן זיך צונויף די בילדער פֿון דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט און פֿון די איצטיקע געשעענישן אין דעם צעטרייסלטן ראַיאָן, מיט די אימאַזשינירטע בילדער פֿון אונדזער אײַנגעבילדעטן אַמאָל? יעדע אידעאָלאָגישע באַוועגונג, יעדער אידעאַליזם בכלל, פֿאָרמאָגט זײַן רעוואָלוציאָנערע ראָמאַנטיק פֿונעם אידעאַליזירטן אַמאָל. דער אַמאָל טראָגט אין זיך דעם צויבער פֿון פֿאַרלוירן־געגאַנגענע, אָדער פֿאַרגעסן־געוואָרענע, ווערטן פֿון הויכער מאָראַל, פֿון גרייטקייט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר אידעאַלן. אונדזער הײַנטיקע מאַטעריאַליסטישע עפּאָכע פֿון ראַציאָנעלן געדאַנק, וועלכער שטויסט פֿאָרויס און דערנערט די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע און עפֿנט פֿאַר דעם מענטשן נײַע וועלטן מיט נײַע פּערספּעקטיוון, לאָזט נישט איבער קיין אָרט פֿאַר קיין סענטימענטן און קיין צײַט אויף צו בענקען נאָך דער אַמאָליקער ראָמאַנטיק. ליידער, קאָן מען הײַנט נישט זאָגן, אַז דער דאָזיקער נאָסטאַלגישער זכּרון, די בענקשאַפֿט צו דער ראָמאַנטיק און די בענקשאַפֿט צו די אידעאַלן פֿון אַמאָל ווערן פֿאַרטומלט אין דעם ווירוואַר פֿון דער טעכנאָלאָגיע, פֿון בויען די אויסגעחלומטע און אידעאַליזירטע "נײַע וועלט". דאַקעגן קאָן מען יאָ זאָגן, אַז די שיינע צוקונפֿט־חלומות ווערן פֿאַרטומלט אין דעם רויש און אין וועלטלויף פֿון דער ווילדער קאָנקורענץ; פֿון יאָגן זיך נאָך רווחים אויפֿן "פֿרײַען מאַרק" פֿון דער מאָדערנער שקלאַפֿערײַ, אין דער וועלט פֿון קינאה און שׂינאה; פֿון אייגנליבע, פֿון נישט פֿאַרגינערישקייט און אויסנוצערײַ. די פֿריִערדיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן פּסוק "והיה עקבֿ תּשמעון" — אויב איר הערט זיך צו דעם אייבערשטנס מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאָריקע וואָך, איז דער נאָמען פֿון דער פֿריִערדיקער סדרה — עקבֿ — מרמז אויף דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון "עקבֿתא דמשיחא". אין געוויסע אַספּעקטן, איז די וועלט שוין נאָענט צו דער גאולה. אין דער פּרשת "בראשית" שטייט געשריבן, אַז צוליב דעם חטא פֿון אָדם־הראשון מוז דער מענטש אַרבעטן שווער, "אינעם שווייס פֿון זײַן פּנים", און די פֿרויען מוזן האָבן קינדער אין ווייניק. די מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס און וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען דערמעגלעכן אויסצומײַדן די דאָזיקע קללות אין אַ סך פֿאַלן. די פּראָגרעסיווע סאָציאַלע אידעאַלן ווײַזן אָן, ווי אַזוי מע קאָן צונויפֿבינדן די קוואַלן פֿון גשמיותדיקער חכמה מיט דער מיצווה פֿון אַהבֿת־הבריות, און צו שאַפֿן אַ ברידערלעכע, יושרדיקע געזעלשאַפֿט. אינעם ספֿר־הזוהר איז פֿאָרויסגעזאָגט געוואָרן, אַז אינעם פּעריאָד פֿון "עקבֿתא דמשיחא" וועלן זיך אין דער וועלט אַנטפּלעקן די קוואַלן פֿון גשמיותדיקער און גײַסטיקער חכמה. פֿונדעסטוועגן, זענען מיר נאָך אַלץ גאָר ווײַט פֿון דער גאולה. אַדרבה, די זעלבע פּראָגרעסיווע טעכנאָלאָגיעס און אידעען, וועלכע וואָלטן געקאָנט פֿאַרבעסערן דאָס מענטשלעכע לעבן, קאָנען פֿאַרקריפּלט ווערן און האָבן שוין נישט איינמאָל געדינט, און דינען נאָך אַלץ, פֿאַר די סאַמע רוצחישע, דעסטרוקטיווע און טאָטאַליטאַרע צוועקן. אַ סך מענטשן אין דער וועלט זענען נאָך אַלץ פֿאַרשקלאַפֿט און אַרבעטן געפֿערלעך שווער, ממש "אינעם שווייס פֿון זייערע פּנימער". |