Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק זײַנען אין פּוילן דורכגעגאַנגען די אויסעראָרדנטלעכע וואַלן אין פּאַרלאַמענט. די פֿירנדיקע פּאַרטיי פֿון די ברידער קאַטשינסקי "געזעץ און גערעכטיקייט" האָבן די וואַלן פֿאַרשפּילט, און צו דער מאַכט איז געקומען די רעכט­ליבעראַלער פּאַרטיי "בירגערלעכע פּלאַט­פֿאָרם", אין שפּיץ מיט דאָנאַלד טוסק...


קולטור, געשיכטע

"וואָס אין פֿראַנקרײַך האָט פּאַסירט
ווייסט אַ יעדער גאַנץ גיט [גוט]
מ‘האָט פֿאַרמישפּט דרײַפֿוס קאַפּיטאַן
נאָר דערפֿאַר ווײַל ער איז אַ ייִד"

דאָס לידל האָט מײַן עלטער־באָבע זיך אויסגעלערנט פֿון אַ קאַטאַרינשטשטיק אין די גאַסן פֿון איר שטעטל; אַ סימן, אַז די נײַעס פֿון דעם טרויעריקן קאַפּיטל פֿון דער דרײַפֿוס־אַפֿערע, מיט איר בולטן אַנטי­סעמיטשן כאַראַקטער, האָט דערגרייכט יעדן ווינקל אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט.


פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 26סטן אָקטאָבער 1994, מיט 13 יאָר צוריק, איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראל־יאָרדאַישער שלום־אָפּמאַך. דעם ענד­גילטיקן שטויס אונטערצושרײַבן דעם שלום האָבן געגעבן די אָסלאָ־אָפּמאַכן, וואָס זענען אונטערגעשריבן געוואָרן דעם 13טן סעפּטעמ­בער 1993, צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. גלײַך אויף מאָרגן, דעם 14טן סעפּטעמבער, איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינג­טאָן דער "בשותּפֿותדיקער ישׂראל־יאָרדאַני­שער טאָג־אָרדענונג" וועגן אַ שלום צווישן ישׂראל און יאָרדאַניע.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Roland Gruschka.
Übersetzungswissenschaftliche Aspekte von Mendel Lefin Satanowers Bibelübersetzungen. Hamburg: Buske, 2007.

בלויז צוויי פֿאַרלאַגן אין דער גאַנצער וועלט האָבן ספּעציעלע סעריעס פֿאַר פֿאָרש־אַרבעטן וועגן ייִדיש. "העלמוט בוסקע" אין האַמבורג פּובליקירט אַקאַדע­מישע מאָנאָגראַפֿיעס אויף דײַטש און "לעגענדע" אין אָקספֿאָרד אויף ענגליש. דאָס נײַע בוך, שוין דער 14טער באַנד אין דער סעריע "ייִדישע שטודיעס" פֿון "בוס­קע־פֿאַרלאַג", שטעלט מיט זיך פֿאָר די דאָקטאָר-דיסערטאַציע פֿונעם יונגן דײַטשישן ייִדיש־פֿאָרשער, וואָס איז פֿאַר­טיידיקט געוואָרן אין דעם פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט פֿונעם הײַנריך הײַנע־אוני­ווערסיטעט אין דיסלדאָרף אין 2005.


פּאָליטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס וואָרט "קרעמל" האָט פֿאַרשאַפֿן אַ היפּש ביסל עגמת-נפֿש די ייִדישע שפּראַך-פּלאַנירער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿון איין זײַט, איז "קרעמל" — אַ געשעפֿטל, אַ קלייטל, אַן אָרט, וווּ מע קען קויפֿן נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל זאַכן. פֿון אַן אַנדער זײַט, מיינט "קרעמל" אויך דאָס צענטראַלע אָרט אין מאָסקווע, וואָס מע רופֿט אויף אַנדערע לשונות Кремль אָדער Kremlin.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית-מילה, האָבן אים באַזוכט דרײַ מלאכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, און האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער האָבן, על-פּי-נס, אַ זון — הגם אַבֿרהם איז דעמאָלט שוין געווען 99 יאָר אַלט, און זײַן ווײַב שׂרה — 90 יאָר אַלט. די מלאכים האָבן איבערגעגעבן אַבֿרהמען, אַז זיי גייען צו צעשטערן די רשעותדיקע שטעט סדום און עמורה; אָבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן, די שטעט זאָלן נישט צעשטערט ווערן, אויב דאָרטן לעבן לכל-הפּחות צען צדיקים;