Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אָנהייב וואָך האָט אין ישׂראל זיך אַראָפּגעלאָזט אַ פֿאַרשטאַרקטער דיפּלאָמאַטישער דעסאַנט פֿון אַמעריקע: צווישן זיי — פּרעזידענט אָבאַמאַס שליח דזשאָרדזש מיטשעל און דער שוץ־מיניסטער ראָבערט גייטס. יעדער פֿון זיי איז געקומען מיט זײַן אייגענעם צוועק, וואָס שפּיגלט אָפּ די פּריאָריטעטן פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע: די פֿראַגע פֿון בויען נײַע ייִשובֿים אין מיזרח־ירושלים און אויפֿן מערבֿ־ברעג; און די פֿראַגע פֿון איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם.


חורבן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אילוסטראַציע פֿון עזרא מאַש, פֿונעם בוך
"Folktales of Joha"

אינעם וועלט־פֿאָלקלאָר פֿון וויצן און וויציקע דערציילונגען פֿאַרנעמט אַן אָנגעזעען אָרט דער כיטרער כאַראַקטער פֿון אַן אָרעמאַן, אָדער איינער פֿון די נידעריקע קלאַסן, וואָס דורך זײַן חכמה נאַרט ער אָפּ דעם שטאַרקערן, דעם "אָפֿיציעלן", די מאה־דעה. טייל אַקאַדעמישע אויסטײַטשער פֿון דער תּורה האַלטן, אַז אַפֿילו אַבֿרהם אָבֿינו שפּילט צו מאָל אַזאַ ראָלע אין געוויסע קאַפּיטלעך פֿון בראשית, און אין דער מאָדערנער צײַט זענען די וויצלער — הערשעלע אָסטראָפּאָליער, מאָטקע חב״ד, פֿרוים גרײַדינגער — גוט באַקאַנט דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד.


טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"אַ וואַרעמע משפּחה"

צוויי חבֿרטעס, ענת (אַנאַט) גאָב און עדנה מאַזיאַ, די "בעסטע חבֿרטעס", ווי ס׳רופֿט זיך טאַקע איינער פֿון זייערע פֿאַרגאַנגענע בשותּפֿותדיקע ספּעקטאַקלען, האָבן איצט פֿאָרגעשטעלט אַ שפּאָגל נײַע אויפֿפֿירונג — "אַ וואַרעמע משפּחה" הייסט זי — וואָס נאָך דער פֿײַערלעכער פּרעמיערע, איז עס נאָך איינע פֿון זייערע גרויסע הצלחות.


געשיכטע, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
זלמן ווענדראָף אין די 20ער יאָרן

אין דוד בערגעלסאָנס בוך "ביראָבידזשאַנער" (מאָסקווע, 1934) באַווײַזט זיך אַ לעכערלעכע פֿיגור פֿון אַ פּערסאָנאַזש, וואָס הייסט יודל ליפֿשיץ:

געווען אַ מעשׂה מיט יודל ליפֿשיץ נאָך איידער ער איז געפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן — ער איז דענסטמאָל בײַ זיך אין דער היים געווען אין "קראָליק-קאָאָפּעראַטיוו". איז אים אָנגעקומען אַ בריוו פֿון אַ האַלב-פֿאַרגעסענעם פֿרײַנד פֿון אַמעריקע. יענער האָט געגעבן צו וויסן, אַז אין אַמעריקע שרײַבט ער אין די צײַטונגען, געבעטן אים אָנשרײַבן, ווי אַזוי לעבט זיך אין שטאָט.


ישׂראל, פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דעם לייט־אַרטיקל פֿון דעם לעצטן "פֿאָרווערטס" (פֿון יולי 24—30) אונטערן קעפּל "כוליגאַניזם איז ניט קיין אמונה", רעאַגירט דער רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער שאַרף און אויסדריקלעך, אויף די הפֿקרדיקע און ביטערע געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין מאה־שערים־ און גאולה־קוואַרטאַלן, אויף דעם בר־אילן־שאָסיי, בײַ דעם ספֿרא־סקווער, נעבן דער ירושלים־מוניציפּאַליטעט, אויף ממילא־גאַס, נעבן דעם יפֿו־טויער און אין אַנדערע רעליגיעזע גאַסן און געסלעך פֿון דער הייליקער שטאָט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואתחנן אל ה׳" — "און איך האָב געבעטן דעם אייבערשטן". הגם משה רבינו האָט געוווּסט, אַז ער מוז שטאַרבן אינעם מידבר און וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל, האָט ער געבעטן דעם באַשעפֿער צו געבן אים אַ מעגלעכקייט "אַריבערצוגיין און זען דאָס לאַנד". לויטן מדרש, האָט דער אייבערשטער דערמעגלעכט משה רבינו צו דערזען דאָס הייליקע לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרטן פֿיזיש געווען.