Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דעם 27סטן יאַנואַר, לויטן באַשלוס פֿון דער "יו־ען", ווערט אָפּגעמערקט דער אינטערנאַציאָנאַלער אָנדענק־טאָג פֿון די אומגעקומענע בעתן חורבן. ווי מיר געדענקען, האָט דער דאָזיקער באַשלוס אַרויסגערופֿן אַ סך וויכּוחים, קודם־כּל, מצד ישׂראל און די ייִדן אין די תּפֿוצות.

צי ווערט טאַקע דער טאָג אָפּגעמערקט איבער דער וועלט אַזוי, ווי עס שטייט אין די תּקנות פֿון דעם "יו־ען"־באַשלוס, איז טאַקע אַ פֿראַגע פֿאַר זיך. איין זאַך איז קלאָר:


קולטור
בײַ דער לוויה, פֿון רעכטס: די טעכטער מירעלע און רינה סוצקעווער־קלדרון, מיט איר טאָכטער שירי

אַ גרויסער עולם, לויט אונדזערע הײַנטיקע באַנוגנדיק־באַשיידענע באַגריפֿן, איז געקומען צו באַגלייטן דעם דיכטער אין זײַן לעצטן וועג. אַוודאי וואָלט געווען פּאַסיק, שיין און בכּבֿודיק, ווען ס’וואָלטן אין דעם אויך אָנטייל גענומען פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן שרײַבער־פֿאַראיין, צי אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון מלוכישע און ליטעראַרישע קרײַזן. דאָס איז אָבער נישט געשען. געקומען — דאָס יאָ — איז דער באַפֿולמעכטיקטער פֿון דער ליטווישער רעגירונג, וואָס האָט געהאַלטן אַ טרויער־רעדע,


קהילה־לעבן, געזעלשאַפֿט
כּמעט 600 דעלעגאַטן האָבן זיך באַטייליקט אין דער בילדונג־קאָנפֿערענץ אין טינעק, ניו־דזשערזי די פֿאַרגאַנגענע וואָך

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן כּמעט 600 פּעדאַגאָגן און אַדמיניסטראַטאָרן פֿון ייִדישע טאָגשולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע זיך געטראָפֿן אויף אַ דרײַ־טאָגיקער קאָנפֿערענץ אינעם "מאַריאָט־האָטעל" אין טינעק, ניו־דזשערזי, אויף דער טעמע Thriving in a New Reality (ווי מיר קאָנען בעסער געניסן פֿון דער נײַער תּקופֿה). דער ציל: זען, אויב די טאָגשולן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שטראָמען — אָרטאָדאָקסיש,


ייִדיש־וועלט, קולטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
צייכענונג פֿון ס. גאָראָדעצקי

וועגן זייער אַ סך זאַכן וואָלט מען געקענט שרײַבן צו שלום אַשס יוביליי — ער איז געבוירן געוואָרן דעם ערשטן יאַנואַר 1880. אויף דער שקאַלע פֿון דערפֿאָלג, פֿאַרנעמט ער, בלי-ספֿק, איינע פֿון די העכסטע ערטער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. שלום-עליכם און יצחק באַשעוויס-זינגער זײַנען, אַ פּנים, די איינציקע, וואָס האָבן אים איבערגעשטיגן. אמת, דער הײַנטיקער דור קען אַשן זייער ווייניק.

איך האָב קאָנטראָלירט די קאַטאַלאָגן פֿון דער ניו-יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק און פֿון דער ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס, און ביידע האָבן מיר באַוויזן, אַז זינט 2006 איז קיין איין בוך פֿון אַשן ניט אַרויס אויף ענגליש. אויף רוסיש — יאָ, אין 2008 און 2009.


פּובליציסטיק, קולטור
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַבֿרהם סוצקעווער, אַפּריל 1979

(מחשבֿות נאָך דער לוויה פֿון דעם גרויסן דיכטער)

"ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן?
בלײַבן וועט אַ ווינט" ...

עס איז מיר שווער זיך צו באַפֿרײַען פון די געמישטע געפֿילן, צוריקקערנדיק זיך נעכטן פֿון דער לוויה, איבער וועלכער עס האָט געשוועבט אין מײַן דמיון די אויבנדיקע פֿראַגע פֿון דעם ניפֿטר — דעם אומרויִקן פּאָעט — ווען מיר האָבן אים, צוזאַמען מיט די הונדערטער אבֿלים, באַגלייט אויף זײַן לעצטן וועג אין דעם זוניק־ווינטיקן וועטער צו דער אייביקער רו.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויהי בשלח פּרעה את העם". פּרעה האָט פֿאַרטריבן דאָס ייִדישע פֿאָלק, כּדי אָפּצושטעלן די מכּות. ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, האָט דער בייזער קיניג באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. ווען די ייִדן זענען צוגעקומען אין געאײַל צו דעם ברעג פֿונעם ים־סוף, מיינענדיק, אַז די מיצרים וועלן זיי באַלד דעריאָגן, האָט דער אייבערשטער געמאַכט אַ נס: משה רבינו האָט אויסגעשטרעקט זײַן שטעקן, און דאָס וואַסער אינעם ים־סוף האָט זיך צעשפּאָלטן.