Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די לעצטע וואָך איז די וועלט פֿאַרציטערט געוואָרן נאָכן וווּלקאַן־אויסבראָך אין איסלאַנד. ער האָט אַפֿילו אַ נאָמען, דער דאָזיקער וווּלקאַן, אָבער אַרויסרעדן אים איז נישט גרינגער ווי צו פֿאַרטראָגן — בעסער עס נישט וויסן!

מיליאָנען פּאַסאַזשירן זײַנען געבליבן שטעקן אין די פֿלי־פֿעלדער, אַ סך אָן אַ גראָשן געלט — פֿאַרלוירן און דערשלאָגן.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אונדזער פֿאָלק אין ישׂראל איז געבענטשט — אָדער געשטראָפֿט, טײַטשט עס אויס ווי איר ווילט — מיט אַ קורצן זכּרון. דאָס איז שלעכט פֿאַר די לעקציעס פֿון דער געשיכטע און פֿאַר די האַנדלונגען אין דער צוקונפֿט, אָבער ס’איז גוט פֿאַר די נערוון. שולדיק אין דעם איז די אומגעוויינטלעכע קאָלעקטיווע שפּאַנונג, אין וועלכער מיר לעבן און צו וועלכער מיר האָבן זיך שוין היפּשלעך צוגעוווינט; ווי מיר וואָלטן שוין נישט געקענט אויסקומען אָן איר.


קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טעאַטראַליזירטער אַנסאַמבל

ווען איז עס געווען? נעכטן דאַכט זיך, ווי איך האָב דאָ אויסגעשפּרייט אין דער לענג און אין דער ברייט די פּראָגראַם פֿון פֿאַראַיאָריקן ישׂראל־פֿעסטיוואַל. יאָ, שוין אַוועק אַ יאָר און אָט קום איך ווידער אַ מאָל צו פֿאַרבעטן אײַך אַרײַנצוקוקן אין דעם גאַנצן האָב־און־גוטס ווי דאָס וועט, וואַרשײַנדלעך, פֿאָרקומען אויפֿן ישׂראל־פֿעסטיוואַל 2010. ווי קאָן עס דען זײַן אַנדערש, אַז די עיקרדיקע מלוכישע קולטור־אינסטיטוציעס זײַנען די הויפּט־מחותּנים פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג,


ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיכאַיִל זאַמעטקין, 1890

אין אַפּריל 1897 איז געשאַפֿן געוואָרן דער "פֿאָרווערטס", אָבער אין אויגוסט פֿון יענעם יאָר איז אַב. קאַהאַן אַוועק פֿון דער צײַטונג. אין זײַנע זכרונות — "בלעטער פֿון מײַן לעבן" — האָט ער וועגן דעם אָנגעשריבן: "אין פֿאַרלויף פֿון פֿיר יאָר און זיבן מאָנאַטן בין איך געשטאַנען פֿון ווײַטן". דאָס "שטייען פֿון ווײַטן" האָט פּראָוואָצירט אַ סיכסוך אַרום אַן אַרטיקל פֿון מיכאַיִל זאַמעטקין (1859—1935). זאַמעטקין האָט עס פֿאַרטראַכט ווי אַן עדיטאָריאַל, אָבער קאַהאַן האָט געוואָלט דרוקן דעם אַרטיקל דווקא אונטער דער רובריק "פֿאָלקס-טריבונע". קאַהאַן האָט געשריבן:


ייִדיש־וועלט, געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע: "בײַם אוצר פֿון ייִדיש" 
Esfir Bramson-Alperniene:
Prie Judaikos Lobio
ליטווישע מאַרטינאַס מאַזשווידאַס נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק.
ווילנע 2009.
315 ז״ז (ליטוויש און ייִדיש).

ווער עס האָט זיך אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאַראינטערעסירט מיטן אַמאָל אָדער מיטן הײַנט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אין ליטע, האָט נישט געקענט פֿאַרבײַגיין אומבאַמערקט די געשטאַלט פֿון עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע, די איצט שוין צוריקגעצויגענע ביבליאָגראַפֿין און פֿאַרצייכענערין פֿון ייִדישע ביכער און פּעריאָדיק אין דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק. פֿירע, ווי עס רופֿן זי היימיש אירע פֿרײַנד, האָט געשפּילט אַן ערשטראַנגיקע ראָלע אין דער רעטונג פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס און דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט אַ היפּשן טייל פֿון די ייִוואָ–אוצרות,


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט נישט לאַנג צוריק, אין דער פּרשה "שמיני", האָבן צוויי זין פֿון אַהרן הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא, געבראַכט אַ קטורת אינעם משכּן נישט מיט אַ ריכטיקער כּוונה, און זענען פֿאַרברענט געוואָרן אינעם הימלישן פֿײַער. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה גייט ווידער אַ רייד וועגן נדבֿס און אַבֿיהואס אומקום.

"וידבר ה׳ אל משה אַחרי מות שני בני אַהרן" — נאָכן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, מעג אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש, כּדי צו ברענגען דאָרטן דעם קטורת יום־כּיפּור — בלויז איין טאָג אַ יאָר.