Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דאָס פֿאַרשפּרייט ווערטל, אַז געלט האָט נישט קיין גערוך, האָט געלאָזט אין גאַנג איבער תּקופֿות און לענדער דער רוימישער אימפּעראַטאָר וויספּאַסיאָן. וואָס פּלוצעם? ווײַל ער האָט דער ערשטער אײַנגעפֿירט געצאָלטע טואַלעטן. דעם כּלל און דעם ספּעציפֿישן איכות פֿון געלט־קופּיורעס האָבן אויסגענוצט און נוצן ווײַטער אויס כאַבאַרניקעס פֿון אַלע צײַטן און לענדער.


טעאַטער
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יהונתן ראָזען

"אין דער פּיעסע 'די מגילה’, אויף דער 'ייִדישפּיל’־בינע, גיי איך אַרום נישט נאָר אין גרויסע שיך, נאָר אין שיך פֿון אַ ריז". אַזוי דריקט זיך אויס דער שוישפּילער און זינגער יהונתן ראָזען, וועלכער טרעט אויף אין דער ראָלע פֿון פֿאַסטריגתא (פֿאַסטריגאָסאָ) אין איציק מאַנגערס "די מגילה", מוזיק פֿון דובי זעלצער. אין די 1960ער יאָרן האָט די מיטאָלאָגישע ראָלע געשפּילט מײַק בורשטיין. "ווען מ׳האָט מיר פֿאַרטרויט די ראָלע, האָב איך עס אָנגענומען ווי אַ קאָמפּלימענט. גלײַך נאָך דעם ווי איך בין מסכּים געווען, האָב איך זיך גוט צוגעהערט צו דער פּלאַטע פֿון דער דעמאָלטיקער 'די מגילה’. איך בין געווען באַגײַסטערט, ווי אַזוי מײַק אינטערפּרעטירט דאָרט די לידער — אַזוי שיין, מיט אַ צוגעפּאַסטער האַרמאָניע, און מיט אַזוי פֿיל געפֿיל. ייִדיש גיסט זיך פֿון אים מיט אַ וווּנדערלעכער נאַטירלעכקייט".


געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Eli Lederhendler. Jewish Immigrants and American Capitalism, 1880—1920: From Caste to Class. Cambridge University Press, 2009.


די ייִדישע אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע אין די יאָרן 1880—1920 האָט געבראַכט קיין אַמעריקע בערך צוויי מיליאָן מענטשן און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן קיבוץ. עס איז נאַטירלעך, אַז אַזאַ אויסערגעוויינטלעכער היסטאָרישער פֿענאָמען געפֿינט זיך שוין לאַנגע יאָרן אינעם שפּאַקטיוו פֿון דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט. יעדער נײַער דור און יעדע אַלטע און נײַע אידעאָלאָגישע שיטה קומט אַרויס מיט אַן אייגענער אויסטײַטשונג פֿון דער דאָזיקער געשיכטע, וואָס שפּיגלט אָפּ זייער באַציִונג צו דעם עבֿר און צו דעם הײַנט.


קולטור, דאָס פּינטעלע ייִדיש

שלמה בערגער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער קולטור אינעם אוניווערסיטעט פֿון אַמסטערדאַם. ער איז דער מחבר פֿון Travels among Jews and Gentiles: Abraham Levi’s Travelogue (Amsterdam 1764) (ליידען, 2002). זײַן נײַ בוך, Producing Redemption in Amsterdam: The Early Modern Yiddish Book in Paratextual Perspectives, וועט אַרויסגיין אין ליידען אין 2011. ער האָט אויך געשריבן וועגן דעם זשורנאַֹל ״דווקא״ און וועגן דער ספֿרדישער קולטור אין אַמסטערדאַם. אין ווינטער־זמן פֿון 2010 איז ער געווען אַ גאַסט־פֿאָרשער אינעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען.


ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אין 1860 האָט אַבֿרהם טענדלאַו געדרוקט זײַן זאַמלונג "ייִדישע שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן" אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד. די הונדערטער ווערטלעך האָט טענדלאַו אַליין געזאַמלט פֿונעם פֿאָלקסמויל, און כאָטש די זאַמלונג איז די ערשטע פֿון דעם זשאַנער אין בוך־פֿאָרעם, איז זי געבליבן אַ קלאַסיש און ניצלעך ווערק ביזן הײַנטיקן טאָג אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. די ווערטלעך גופֿא, דרוקט ער אין זייער אָריגינעלער שפּראַך, ייִדיש, אָבער אין לאַטײַנישע אותיות. זײַנע באַמערקונגען שרײַבט ער אויף דײַטש.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, ער זאָל זאָגן די קינדער פֿון אַהרן, אַז אַ כּהן טאָר זיך נישט מטמא זײַן דורך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן, אַחוץ געוויסע אויסנעמלעכע פֿאַלן. אַזוי הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה, וווּ עס ווערן אויך דערקלערט אַ צאָל אַנדערע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט די כּהנים, ווי אויך די ייִדישע יום־טובֿים און די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר — אָפּצוציילן פֿופֿציק טעג צווישן פּסח און שבֿועות.