- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס ייִדישע פּעקל צרות איז תּמיד באַשטאַנען פֿון צוויי מינים — צרות פֿון פֿרעמדע און צרות פֿון אייגענע. זינט ס'איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה, האָט דאָס פּעקל אָנגעהויבן וואַקסן; צוגעקומען איז די צאָל אויסערלעכע צרות און געוואַקסן איז די צאָל אינערלעכע. געביטן האָט זיך אויך דער באַגריף "אייגענע", ווײַל איצט האָט ער אײַנגעשלאָסן אין זיך נישט נאָר די ייִדישע בירגער פֿון ישׂראל, נאָר אויך אַנדערע עטנישע גרופּעס און פֿעלקער. מען דאַרף האָבן אַן אײַזערנעם געדולד און אַ סך פֿרײַע צײַט, און מע דאַרף איבערבלעטערן די צײַטונגס־קאָמפּלעטן און די צענדליקער-טויזנטער צײַטונגס־קעפּ פֿון די 62 מאָל 365 ( = 22,630) טעג זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, כּדי צו קענען ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, מיט וועלכער מיר האָבן באַטיטלט דעם איצטיקן מאמר. איינער אַזאַ געדולדיקער פֿאָרשער האָט אויסגערעכנט, אַז זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, זײַנען דורך די 32 רעגירונגען אַדורכגעלאָזט געוואָרן 32 געלעגנהייטן, אָדער "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן", וואָס האָבן זיך געהאַט שמעלער אָדער ברייטער צעעפֿנט אַרײַנצולאָזן דעם מלאך פֿון שלום — און האָבן זיך יעדעס מאָל צוריק צוגעמאַכט ביז צו דער קומענדיקער געלעגנהייט. ווײַזט אויס, אַז די השגחה האָט געוואָלט, אַז די דאַטעס פֿון די יאָרצײַטן פֿון ד״ר בנימין־זאבֿ הערצל און חיים־נחמן ביאַליק זאָלן זיך הײַיאָר צונויפֿפּאָרן איינס נאָך דער צווייטער, כּ׳ און כּ״א תּמוז, מיט אַן אונטערשייד פֿון 30 יאָר און איין טאָג פֿון זייער אַוועקגיין אין דער אייביקייט. די נעמען פֿון די דאָזיקע צוויי גרויסע פּערזענלעכקייטן אין אונדזער מאָדערנער געשיכטע, דערשײַנען און ווערן דערמאָנט יאָר־יערלעך, ווען עס קומט אָן דער חודש תּמוז. צום ערשטן מאָל אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע האָט אַ שטעטל אויסגעקליבן אַ מוסולמענישן בירגער-מײַסטער מיט אַ פֿרומען ייִדישן פֿאַרטרעטער. פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק האָט דער שטאָטראַט פֿון טינעק, ניו־דזשערזי, באַשטימט מאָהאַמעד כאַמידודין פֿאַר בירגער-מײַסטער, און אַדאַם גאָסען פֿאַר זײַן פֿאַרטרעטער. זיי וועלן אָנהאַלטן זייערע פּאָזיציעס אויף צוויי יאָר. טינעק איז באַקאַנט בײַ די ניו־יאָרקער ייִדן ווי אַ שפּרודלדיקער צענטער פֿון ייִדישן לעבן: 18 שילן, 2 ייִדישע טאָגשולן און 26 כּשרע רעסטאָראַנען. ווייניקער באַקאַנט איז אָבער, אַז אין טינעק געפֿינען זיך אויך צוויי מעטשעטן און אַ מוסולמענישע טאָגשול. דער באַגריף "פֿאָלק" ווערט אַמאָל אַוועקגעשטעלט ווי אַן אידעאַל אָן שום מום, וואָס איז גאָר ווײַט פֿון דער רעאַליטעט. אויך דער באַגריף "פֿאָלקסליד" קען ווערן אַזוי ווײַט אידעאַליזירט, אַז ווען דער זינגער גייט אַוועק פֿונעם אָנגענומענעם מוסטער, קען ער ווערן שטאַרק קריטיקירט. איינער פֿון אונדזערע גרעסטע פֿאָלקלאָריסטן, י. ל. כּהן (1881—1937) האָט באַנומען "פֿאָלק" און "פֿאָלקסליד" דורך אַזאַ ראָמאַנטישן פֿילטער, און דאָס האָט משפּיע געווען אויף זײַן פֿאָלקלאָרישער אַרבעט און רעדאַקציע. די הײַנטיקע וואָך הייבן מיר אָן צו לייענען דעם לעצטן, פֿינפֿטן טייל פֿונעם חומש — "דבֿרים". הגם אַלע פּרשיות אינעם חומש זענען אין אַ גלײַכער מאָס הייליק און וויכטיק, דערקלערן די מפֿרשים, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ געוויסער חילוק צווישן "דבֿרים" און די פֿריִערדיקע חלקים פֿון דער תּורה, וועלכע משה רבינו האָט באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן. דער לעצטער טייל איז אָבער באַגרינדעט אויף משהס אייגענעם פֿאַרשטאַנד, דערפֿאַר ווערט ער אויך אָנגערופֿן "משנה־תּורה" — איבערחזרונג פֿון דער תּורה. |