- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער צווייטער מענטש אין "אַל־קײַדאַ", אײַמאַן אַז־זאַוואַכירי, האָט לעצטנס ווידער זיך אַראָפּגערעדט פֿון האַרץ און אויסגעגאָסן אַן עמער שמוץ אויף די קעפּ פֿון זײַנע שׂונאים. דאָס מאָל האָט ער אַרײַנגעזאָגט נישט נאָר דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ; עס האָבן געקראָגן זייער פּסק־דין אויך זײַנע מוסולמענישע ברידער, וואָס "העלפֿן אַרויס די ציוניסטן" אונטערצוהאַלטן דעם בויקאָט פֿון עזה — עגיפּטן, יאָרדאַניע, דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, די פֿירער פֿון סאַודיע... און אויב זיי "שטיצן" די ציוניסטן זײַנען זיי אַליין ציוניסטן.
דאָס ייִדישע לשון פֿירט אַ לעבהאַפֿטן "פֿלירט", טיילמאָל ביז אַ לעבעדיקן "ראָמאַן", מיט אַלע לשונות, מיט וועלכע עס קומט אין אַ שכנותדיקן באַריר. די אינפֿילטראַציע פֿון איין שפּראַך אין דער אַנדערער, אין אַזאַ אָדער אַנדערער מאָס פֿון קעגנזײַטיקייט, שפּרייט טיילמאָל זיך אויס איבער ווײַטע שפּראַכלעכע טעריטאָריעס. די סיבות זײַנען לרובֿ זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע. געוויינטלעך דרינגען אַרײַן ווערטער פֿון איין שפּראַך אין דער אַנדערער ווען זיי קענען דינען ווי אַ בעסערער עקוויוואַלענט פֿאַר אַ געוויסן באַגריף, פֿאַר אַ מער בילדערישן אָדער שילדערישן, מעל קאָרן, אַ געוועזענער תּלמיד אין די מאָנטרעאָלער "פֿאַראייניקטע תּלמוד־תּורהס", געדענקט נאָך הײַנט ווי דער מוזיק־לערער, "מר. באָטוויניק" פֿלעגט אַרײַנקומען אין קלאַס, צעטיילן די מימעאָגראַפֿירטע לידער־בויגנס, וואָס האָבן נאָך געשמעקט מיטן אַלקאָהאָל פֿון דער מימעאָגראַפֿיר־מאַשין, און פּרוּוון אײַנשטילן די "ווילדע" תּלמידים. פֿינף און פֿערציק יאָר שפּעטער האָט קאָרן חרטה, וואָס זיי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט אַזוי ווילד, אָבער עד־היום זינגט ער די יום־טובֿ־לידער, וואָס דער לערער דוד באָטוויניק האָט מיט זיי געלערנט. דעם חודש האָט דער מאָנטרעאָלער קאָמפּאָזיטאָר, דוד באָטוויניק, לאַנג באַקאַנט ווי אַ פֿײַערדיקער ייִדישיסט און שאַפֿערישער כּוח אין זײַן שטאָט, אַרויסגעגעבן אַ לוקסוס־אַלבאָם פֿון זײַנע קאָמפּאָזיציעס צו באַגלייטן ייִדישע לידער. צוויי סקאַנדאַלן אַרום איין טעמע זײַנען אויסגעבראָכן אין מאָסקווע און לאָנדאָן. עס גייט די רייד וועגן דעם ווי ס׳ווערט פֿאָרגעשטעלט יעזוסעס קרייציקונג אין דער הײַנט־צײַטיקער קונסט. דער לאָנדאָנער מוזיי פֿון ייִדישער קונסט "בן־אורי" האָט מיט שטאָלץ מודיע געווען, אַז ער איז "דער ערשטער מוזיי אין בריטאַניע און דער ערשטער ייִדישער מוזיי אין דער גאָרער וועלט, וואָס האָט געוויזן די עוואָלוציע פֿונעם קרייציקונג־אימאַזש — פֿון דער קריסטלעכער איקאָנע ביז דעם אַלגעמיינעם אויסדרוק פֿון פּײַן." אויף דער אויסשטעלונג מיטן נאָמען "קרייץ־צוועקן" ווערן פֿאָרגעשטעלט די ווערק פֿון 21 מאָדערנע קינסטלער אויף דער קרייציקונג־טעמע. מיט דעם גרעסטן אינטערעס און פֿאַרגעניגן האָב איך געלייענט אײַער אַרטיקל וועגן ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין סאָוועט-רוסלאַנד אין 'פֿאָרווערטס’ פֿון 17טן נאָוועמבער. אין אײַער ענטפֿער [די בערלינער קאָרעספּאָנדענטן פֿון דער צײַטונג] איוואַנאָוויטשן און לעשצינסקין האָט איר בײַ מיר ממש די ווערטער פֿון מויל אַרויסגענומען. איך האָב זיך אַליין געקליבן נעמען דעם 'שלוס-וואָרט’ אין דער דעבאַטע. [...] דער שבת נאָך תּשעה־באָבֿ האָט אַ ספּעציעלן נאָמען — "שבת־נחמו". נאָך די דרײַ וואָכן פֿון "בין־המצרים", וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיט אַ סך טרויעריקע און שרעקעוודיקע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע, קומט די צײַט פֿון נחמה. דורכן טרויער און תּענית, לעבן מיר איבער ווידער דעם פֿאַרלוסט פֿונעם בית־המיקדש און פֿון דער נאָענטקייט צום אייבערשטן, וואָס ער האָט רעפּרעזענטירט. נאָך תּשעה־באָבֿ קומט אַ נײַער פּעריאָד פֿונעם יאָר — די צײַט פֿון נחמה, תּשובֿה און האָפֿענונג, אַז אין דעם קומענדיקן יאָר, וואָס קומט שוין באַלד, אין אָנדערטהאַלבן חדשים, וועט דער טרויעריקער תּענית זיך פֿאַרוואַנדלען אין שׂימחהדיקע יום־טובֿים. |