- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צו צרות, זאָגט דאָס ווערטל, געוווינט מען זיך אויך צו; שוין אָפּגערעדט, פֿון שלעכטע בשׂורות. זעט אויס, אַז צו די "אַראַבישע רעוואָלוציעס" אין מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, האָט מען זיך שוין צוביסלעך צוגעוווינט, שוין איבערגעשלאָפֿן מיט זיי נישט איין נאַכט. און כאָטש די קאָנסעקווענצן פֿון דעם אַלעמען זײַנען גאָר פֿאַרנעפּלט, איז פֿאָרט שוין דער ערשטער שאָק אַדורך. וואָס זשע טוט מען ווײַטער? דאָס בעסטע איז זיך אומצוקערן צום אײַנגעשטעלטן סדר־היום. דהײַנו: וואָס אַרום און אַרום זאָל נישט געשען, בלײַבט ווײַטער אין צענטער פֿון דער "מיטל־מיזרחדיקער פּראָבלעם" — ישׂראל. די "הייליקע קו", די ישׂראל־פּאַלעסטינער שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מוזן אויפֿגעשטעלט ווערן, נישט געקוקט אַפֿילו אויף דעם, וואָס אַ היפּשע צאָל עקספּערטן האַלטן, אַז די ווירקלעכקייט האָט זיך געביטן, און מע מוז אויך בײַטן דעם גאַנצן צוגאַנג צו דער פּראָבלעם. די עקשנים האַלטן אַנדערש; אויפֿגעכאַפּט האָט זיך פֿונעם טיפֿן דרעמל דער אַזוי גערופֿענער "מיטל־מיזרחדיקער קוואַרטעט". און אָט הערט מען שוין פֿון דעם "יו־ען"־שליח, ראָבערט סערי, אַז עס זײַנען פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן באַזונדערע טרעפֿונגען פֿון דער ישׂראל־ און פּאַלעסטינער־פֿאָרשטייערשאַפֿט אין בריסל, כּדי אויסצוקלאָרן די פּאָזיציעס פֿון ביידע צדדים. ניט אומזיסט דער נאָמען רבֿקה גראַמט זיך דאָך מיט דיכטונג! ניט אומזיסט דער נאָמען באַסמאַן גראַמט זיך דאָך מיט שאַפֿונג... רבֿקה באַסמאַן אין אַ שמועס אירן מיט דוד פּינסקי האָט אים געזאָגט: "איך אָטעם מיט ייִדיש". כ׳מיין, אַז מיט פֿולער רעכט וואָלט זי געקענט אויך זאָגן: "איך אָטעם מיט ייִדישע לידער". דעם באַקאַנטן זאָג פֿונעם פֿראַנצויזישן פֿילאָסאָף און מאַטעמאַטיקער רענע דעקאַרט: "איך דענק, הייסט עס איך עקזיסטיר", וואָלט רבֿקה באַסמאַן געקענט איבערפֿראַזירן אויף איר שטייגער: "איך שרײַב לידער, הייסט עס, איך עקזיסטיר". זי האָט באַשאַפֿן אין אירע לידער אַ באַזונדערע פּאָעטישע וועלט. אין דער דאָזיקער רבֿקה באַסמאַן־וועלט איז פּאָעטיזירט יעדע זאַך, יעדעס געשעעניש, יעדעס באַשעפֿעניש. די שײַנענדיקע שטערן, די בליִענדיקע בלומען, די קילע רעגנס זענען אין איר וועלט פֿאַרשיידענע פֿאָרמעס פֿון לידער — לידער, וועלכע עס שרײַבט די נאַטור, וועלכע עס האָט אפֿשר, אָנגעשריבן בראשית דער באַשעפֿער. און די העלדן פֿון איר דיכטונג שאַפֿן אויך לידער, סטראָפֿעס, שורות: עס קומען און גייען אַוועק מוזיקאַלישע פּראָיעקטן; נאָך איידער מע קוקט זיך אַרום, זענען זיך שוין צעגאַנגען קאַפּעליעס; גרופּעס, וואָס מע וואָלט זיי טאַקע זייער געוואָלט הערן ווײַטער. למשל, פֿון מאָנטרעאָל האָב איך באַקומען אַ נײַ קאָמפּאַקטל, אַרויסגעגעבן אין 2009 וואָס הייסט "דער מעראָוויץ־פּראָיעקט" [Merovitz Project + Brass: Live in Montreal] מיטן זינגער אַלאַן מעראָוויץ. די רעקאָרדירונג איז נישט פֿון די סאַמע בעסטע אין די לעצטע יאָרן, אָבער, פֿון דעסטוועגן, הערט מען טאַלאַנטן אויפֿן קאָמפּאַקטל, וואָס ס׳איז אַ שאָד — מע וועט זיי שוין מער נישט קענען זען אָדער הערן אין דער צוקונפֿט. לויט אָנרי אָפּענהײַם, דעם אַקאָרדיאָניסט און אַראַנזשירער פֿון דער גרופּע, האָט דער "מעראָוויץ־פּראָיעקט" זיך אָנגעהויבן אין האַרבסט 2008 און זיך צעפֿאַלן אין האַרבסט 2010. די זעלביקע מוזיקער שפּילן הײַנט ווײַטער, אָבער אָן מעראָוויץ; מיט אַן אַנדער זינגער, אַ קאָמעדיאַנטקע, אַן אַקטריסע פֿון מאָנטרעאַל, מיטן נאָמען מישעל הײַסלער. דעם נאָמען פֿון דער גרופּע האָט מען געביטן, פֿאַרשטייט זיך, און הײַנט הייסט זי "מגילה" [magillah.com]. די שטאָט אָדעס פֿאַרנעמט אַ גאָר באַזונדער אָרט אין דער געשיכטע פֿון דרײַ ליטעראַטורן׃ דער רוסישער, ייִדישער און העברעיִשער. אָדעס איז געווען סײַ דאָס וווינאָרט פֿון די מחברים, וואָס האָבן שפּעטער באַקומען אַ קאַנאָנישן סטאַטוס, ווי קלאַסיקער פֿון די געהעריקע ליטעראַטורן — מענדעלע, שלום־עליכם, ביאַליק, ראַווניצקי, באַבעל, בונין און אַנדערע — און סײַ די בינע, אויף וועלכער עס האָבן זיך אַנטפּלעקט די האַנדלונגען פֿון זייערע ווערק. אָדעס איז אויך געווען דער צענטער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור. די דאָזיקע ליטעראַטור איז געבוירן געוואָרן דווקא אין אָדעס, אין דער מיט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. איר "זיידע" איז געווען אָסיפּ ראַבינאָוויטש, דער רעדאַקטאָר פֿונעם ערשטן ייִדישן זשורנאַל אויף רוסיש "ראַסצוועט" (באַגינען). ראַבינאָוויטש האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער רוסישער ליטעראַטור דעם אייגנאַרטיקן אָדעסער דיאַלעקט, וועלכער האָט אין זיך אַרײַנגעזאַפּט ייִדישע, אוקראַיִנישע, פּוילישע, פֿראַנצויזישע, איטאַליענישע, גריכישע ווערטער און אויסדרוקן. מיט 55 יאָר צוריק, דעם 25סטן פֿעברואַר 1956, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו איבערגעראַשט די דעלעגאַטן פֿונעם 20סטן פּאַרטיי-צוזאַמענפֿאָר מיט אַ רעדע, וועלכע האָט אַנטפּלעקט אייניקע פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס רעזשים. אין עטלעכע וואָכן אַרום איז דער טעקסט פֿון דער "געהיימער" רעדע געוואָרן אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, לכל-הפּחות, אין אויסלאַנד. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד וועט מען אים פֿאַרעפֿנטלעכן נאָר אין 32 יאָר אַרום, כאָטש מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָבן געהאַט אַ מעגלעכקייט צו הערן עס בעת "פֿאַרמאַכטע" פֿאַרזאַמלונגען. צווישן די קרבנות פֿון סטאַלינס גזלנישע מעשׂים האָט כרושטשאָוו ניט אָנגערופֿן די ליקווידאַציע פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס און דאָס אויסהרגענען פֿון די ייִדישע קולטור-טוער. מיר ווייסן ניט פּינקטלעך, פֿאַר וואָס ער האָט עס פֿאַרשוויגן. מע קען עס פֿאַרטײַטשן ווי אַ סימן, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט ניט געוואָלט ווידער אויפֿשטעלן אַזעלכע אינסטיטוציעס. מיט אַזאַ כּוונה איז בעסער געווען צו מאַכן בכלל אַ שווײַג מכּוח די ייִדישע ענינים. און דאָך, אין גאַנצן פֿאַרשווײַגן עס האָט זיך ניט אײַנגעגעבן. אַ געוויסע ראָלע האָט דעמאָלט געשפּילט אין דעם דער "פֿאָרווערטס", בפֿרט דער זשורנאַליסט לעאָן קרישטאָל. די הײַנטיקע סדרה שליסט די סעריע פֿון פֿינף פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט, ווי אַזוי די ייִדן האָבן אויפֿגעבויט דעם מישכּן. ס׳איז אויך די לעצטע פּרשה אינעם חומש "שמות", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן יציאת־מצרים און דער גײַסטיקער דערפֿאַרונג פֿונעם באַפֿרײַטן ייִדישן פֿאָלק אינעם מידבר. ווי מיר האָבן דאָס שוין באַטראַכט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, דינט די מעשׂה פֿון יציאת־מצרים ווי אַן אַרכעטיפּ, אַ מוסטער פֿון מענטשלעכער פֿרײַהייט. צוליב דעם, ווערט דער יום־טובֿ פּסח אָנגערופֿן "זמן־חרותינו" — "די צײַט פֿון אונדזער באַפֿרײַונג". אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר אויפֿגעוויזן, אַז אין אַלע פּרשיות פֿונעם חומש "שמות" שטעקט אַ טיפֿער סאָציאַלער אינהאַלט — אַמאָל בפֿירוש, אַמאָל ברמז. די פֿאָריקע וואָך האָבן מיר געלייענט די פּרשה "ויקהל", וווּ עס ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן, און האָט זיי געוואָרנט, אַז זיי טאָרן נישט בויען דעם מישכּן אום שבת. בעת דער מלאכת־המישכּן האָבן די ייִדן געוויזן, אַז אַ בשותּפֿותדיקע טעטיקייט, מיט אַחדות און ברודערשאַפֿט, איז מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען די גשמיותדיקע וועלט אין אַ היים פֿאַר דער הייליקער שכינה, און אויפֿצוהייבן די מענטשלעכע נשמה צו איר ג־טלעכן שורש. |