- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די יום־טובֿדיקע טעג זײַנען אַדורך, און ווידער איז אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט אַרײַן דער חמץ, דאָס זיס־ביטער שטיקל ברויט. מע הערט פֿון אַלע זײַטן, אַז דאָס לעבן ווערט אַלץ טײַערער און טײַערער; ריכטיקער וואָלט אָבער געווען צו זאָגן: אויסצוהאַלטן אַזאַ לעבן ווערט מסוכּן טײַער. יאָ, פֿון מצרים זײַנען מיר אַרויס, אָבער די פֿערציק יאָר פֿון אויספּרוּוון אונדזער פֿאָלק זײַנען נאָך נישט אַדורך. נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס'רובֿ ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין דער ייִדישער מדינה און די איבעריקע זײַנען גײַסטלעך מיט ישׂראל פֿאַרבינדן, זײַנען די ייִדן סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די תּפֿוצות געבליבן אַ געוווּנטשענער ציל פֿאַר האַס. מיר פֿײַערן איצט אַרקאַדי יאַגודאַיעווס 75סטן יוביליי און לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער זײַן רעפּאָרטאַזש, געווידמעט זײַנע קאָלעגן, די מענטשן, וואָס זעען די וועלט דורך אַ "דריט אויג" מע זאָגט, אַז אַ גוטער פֿײַערלעשער קומט צו דער שׂרפֿה מיט אַ האַלבער שעה פֿריִער, איידער דאָס פֿײַער ברעכט אויס. נו, און אַ גוטער פֿאָטאָ־רעפּאָרטער? מאַטיאַס רוס — דער פֿליִער־אַמאַטאָר פֿון האַמבורג, וואָס האָט געגנבֿעט די סאָוועטישע גרענעץ אויף זײַן ספּאָרטיוון עראָפּלאַן און געלאַנדט אין מאָסקווע, אַקוראַט אויפֿן רויטן פּלאַץ, — איז נאָך געהאַט געפֿלויגן איבער פֿינלאַנד, ווען אַרקאַדי יאַגודאַיעוו, מיט זײַן שוואַכן פֿאָטאָ־אַפּאַראַטל "זעניט" האָט שוין ווי אַרויסגעקוקט אויף אים, דרייענדיק זיך לעבן דעם קלויסטער פֿון "וואַסילי בלאַזשעני". דעם 16טן אָקטאָבער 2010 איז געשטאָרבן דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס. די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז ער געלעגן אין אַ וועטעראַנען־שפּיטאָל אין קווינס, ניו־יאָרק; אַן אינסטיטוציע, וואָס האָט, צום באַדויערן, נישט פֿרײַנדלעך אויפֿגענומען געסט. אַפֿילו אויסצוגעפֿינען בײַ זיי דעם טאָג פֿון זײַן פּטירה איז געווען אוממעגלעך, און נאָך דעם ווי איך האָב גערעדט מיט פֿיר אָפּטיילן אין שפּיטאָל, האָט דער הויפּט־באַלעבאָס מיר פּשוט געענטפֿערט, אַז די אינפֿמאָרמאַציע טאָר מען נישט "אַנטפּלעקן". האָב איך געזוכט דורך "גוגל" אויף דער אינטערנעץ, און זוכנדיק בלויז צען סעקונדעס, אויסגעפֿונען ווען העשעלעס איז ניפֿטר געוואָרן. Simon Geisbühler. Like Shells on a Shore: Synagogues and Jewish Cemeteries of Northern Moldavia. Bern: Projekt 36, 2010. "דאָס ייִדישע לעבן איז דאָס, וואָס ס׳אינטערעסירט מיך", שרײַבט דער שווייצער דיפּלאָמאַט סימאָן גײַסבילער אינעם אַרײַנפֿיר צו זײַן בוך וועגן ייִדישע דענקמעלער און היסטאָריקער פֿון צפֿון־מאָלדאָווע. ער האָט פֿאַרפֿאַסט דאָס דאָזיקע בוך בעת זײַן דינסט אין דער שווייצער אַמבאַסאַדע אין בוקאַרעשט צווישן 2007 און 2010. דעמאָלט האָט ער אַנטדעקט פֿאַר זיך די פֿאַרגעסענע און פֿאַרוואָרפֿענע וועלט פֿון מאָנומענטאַלער ייִדישער קונסט, וואָס איז אַזוי רײַך פֿאָרגעשטעלט אין רומעניע, בעסאַראַביע, מאָלדאָווע, טראַנסילוואַניע, בוקאָווינע, פּאָדיליע; אין יענע היסטאָרישע געגנטן, וווּ עס האָט אַ מאָל געקלאַפּט דאָס האַרץ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הײַנט איז עס אַ הפֿקר־לאַנד אין אייראָפּע. ווען איינער באַקלאָגט זיך צו מיר, אַז די הײַנטיקע קלעזמער־באַוועגונג דערפֿירט נישט צו קיין ייִדישן קולטור־תּכלית, דאָס הייסט, אַז די נײַע קלעזמאָרים לערנען זיך נאָר אויס אַ פּאָר ייִדישע לידער, דוינעס און פֿריילעכס, אָבער נישט די ייִדישע שפּראַך, ברענג איך זיי אַקעגן אַ משל: דעם יונגן־מאַן בנימין פֿאָקס־ראָזען. ער שטאַמט פֿון דײַטשע ייִדן, פֿון אַ רעפֿאָרם־ייִדישער משפּחה אין לאָס־אַנדזשעלעס, און קיין ייִדיש וואָרט האָט ער נישט געהערט אין דער היים. הײַנט זינגט פֿאָקס־ראָזען ייִדישע לידער אויף פֿעסטיוואַלן. אָבער, מער וויכטיק — ער לערנט זיך ייִדיש אין דער ווילנער זומער־פּראָגראַם צום צווייטן יאָר, וווּ ער איז אויך דער געזאַנג־לערער. אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר כּסדר באַטראַכט אַ געוויסן לייטמאָטיוו, וואָס נעמט אַרום דעם גאַנצן חומש "ויקראָ": די באַציִונג צווישן דעם מענטשלעכן אייגענעם ווילן און דעם ג־טלעכן רוף פֿון אויבן. אין דער הײַנטיקער סדרה ווערן דערקלערט נײַע אַספּעקטן פֿונעם זעלבן מאָטיוו. "קדושים תּהיו כּי קדוש אַני" — "איר זאָלט זײַן הייליק, ווײַל איך בין הייליק". אַזוי האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו איבערצוגעבן די ייִדן. ווײַטער אין דער פּרשה, ווערט כּמעט דער זעלבער אָנזאָג איבערגעחזרט נאָך צוויי מאָל מיט אַ ביסל אַנדערע ווערטער. |