- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווידער אַ מאָל — ווי, למשל, ניט לאַנג צוריק, אין דעם סאַמע ברען פֿונעם קריזיס — שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז קיין עקאָנאָמישע וויסנשאַפֿט עקזיסטירט ניט. אָדער אויב זי עקזיסטירט טאַקע, נעמט מען זי ניט אויף ווי אַן ערנסטע זאַך, מיט וועלכער פּאָליטישע טוער מוזן זיך רעכענען. אַנדערש וואָלט מען אַזאַ מדינה ווי גריכנלאַנד ניט אַרײַנגעלאָזט אין דער יוראָ-כאַליאַסטרע. ס’איז דאָך זיכער ניט קיין נײַעס, אַז די גריכישע עקאָנאָמיע איז שוואַך און קאָרומפּירט. אַ דריטל פֿון דעם רווח, וואָס מע קריגט אין דעם וויגעלע פֿון דעמאָקראַטיע, שטאַמט פֿון דעם "שוואַרצן", דאָס הייסט ניט קיין לעגאַלן, סעקטאָר. לעצטנס האָט מען אַנטפּלעקט, אַז יאָרנלאַנג פֿלעגן טויזנטער טויטע לײַט קריגן פּענסיעס, און גאָר לעבעדיקע מענטשן האָבן אַ דאַנק דעם פֿאַרדינט מיליאָנען יוראָ. די צרה איז, אַז מיטגלידערשאַפֿט אין דער יוראָ-זאָנע האָט געגעבן אַ צוטריט צו ביליקע הלוואות, אַ סך פֿון וועלכע האָט מען ניט אינוועסטירט אין קיין רווח-ברענגענדיקע געשעפֿטן, נאָר מע האָט זיי פּשוט צעטרענצלט. צוריק גערעדט, איז גריכנלאַנד ניט קיין אָרט, וווּ עס ווערט אַ סך אויסגעאַרבעט אויף עקספּאָרט. בוימל, מאַרמער און אַלומיניום — דאָס זײַנען די הויפּט-סחורות, וואָס ווערן עקספּאָרטירט. זייער אַ סך איז אָפּהענגיק פֿון טוריזם. אָבער די צאָל טוריסטן איז געפֿאַלן, אין אַ היפּשער מאָס צוליב דעם יוראָ; ווען די פּרײַזן זײַנען געוואָקסן, און וואַקאַציעס אין גריכנלאַנד — אַמאָל ביליקע — זײַנען געוואָרן טײַערער. מיט אירע הויכע עלעקטרישע גיטאַר־קלאַנגען, און די שוואַרצע קאָסטיומען פֿון די מוזיקער, איז די ראָק־און־ראָל־מוזיק, וואָס רופֿט זיך "אינדוסטריעלער מעטאַל", געוויינטלעך נישט באַטראַכט ווי ייִדישלעך. אין ישׂראל, אָבער, שפּילט די אינדוסטריעלע־מעטאַל־גרופּע "געוואָלט" (Gevolt), און זי זינגט אויף ייִדיש! אָבער דאָ שטעלט זיך אַ פֿראַגע: צי מאַכן זיי חוזק, אָדער — צי איז דאָס אַן ערנסטער פּרוּוו אויפֿצופֿרישן אַלטע ייִדישע "שלאַגערס", און אַזוי אַרום ווערן די פּיאָנערן פֿון "ייִדיש־מעטאַל"? עס זעט אויס, אַז "געוואָלט" נעמט זייער ערנסט דעם פּראָיעקט צו אַנטוויקלען אַ "ייִדישע מעטאַל"־מוזיק און האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן איר ערשט קאָמפּאַקטל אויף מאַמע־לשון: "אַלף־בית". דאָס איז, בסך־הכּל, איר צווייטע רעקאָרדירונג. די ערשטע איז אַרויס מיט פֿינף יאָר צוריק אויף רוסיש. דער קלאַנג פֿון דער גרופּע איז אַ רעשיקער, אָבער דאָך, מעלאָדיש, און עס דערמאָנט אין דער דערפֿאָלגרײַכער דײַטשישער אינדוסטריעל־מעטאַלענער גרופּע "ראַמשטײַן", מיט איר ספּעציפֿישן עלעקטראָניש־מעטאַלענעם סטיל, און בפֿרט — מיטן געזאַנג. דאָס קול פֿון אַנאַטאָלי באָנדער פֿון דער גרופּע "געוואָלט" קלינגט זייער ענלעך צו דעם קול פֿון טיל לינדעמאַנס — דער הויפּט־זינגער פֿון "ראַמשטײַן"; די גרופּע, וואָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט לידער ווי: "דו האַסט", "אַמעריקאַ" און "מוטער". די לעצטע שורות פֿון ראַמשטיינס "מוטער" זענען (איבערגעזעצט פֿון דײַטש אויף ייִדיש):
מאַרק מאָזעס: געבוירן אין 1928, קאָוונע, ליטע
די ייִדן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ליטע האָבן געהאַט אַלע רעכט און פֿרײַהייטן פֿון אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט, זיי האָבן אָבער נישט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך קיין געאייניקטע געזעלשאַפֿט: צווישן זיי זײַנען געווען רײַכע און אָרעמע, גלויביקע און אומגלויביקע, רעכטע און לינקע, קאָמוניסטן, ציוניסטן, בונדיסטן... אין וואָסער משפּחה זײַט איר געבוירן געוואָרן, אין וואָסער "ריכטונג" האָט מען בײַ אײַך געקוקט — אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פּאַלעסטינע, אַמעריקע? מיר זײַנען געווען פֿון דעם אַזוי גערופֿענע "אַרבעטנדיקן מיטלקלאַס": מײַן זיידע איז געווען אַ שמידער, דער טאַטע — אַ שלאָסער, די מאַמע האָט געאַרבעט אויף דער שאָקאָלאַד־פֿאַבריק; דאָס הייסט, מ'האָט פֿאַרדינט און הונגעריק איז מען נישט געבליבן. איך קאָן נישט זאָגן, אַז אונדזער משפּחה איז געווען פֿרום. גערעדט האָט מען ייִדיש, און כ'בין געגאַנגען אין אַ ייִדישער שול, הגם אין קאָוונע איז אויך געווען אַ העברעיִשע שול. אַלע אין אונדזער משפּחה — די עלטערן, פֿעטערס און זייערע פֿאַמיליעס — אַלע זײַנען געווען געשטימט פּראָ־סאָוועטיש, אַלע האָבן מיר געקוקט צו מאָסקווע.
Antony Polonsky.
דער צווייטער באַנד פֿון פּראָפֿעסאָר פּאָלאָנסקיס "געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן און רוסלאַנד" באַהאַנדלט דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן די יאָרן 1881 און 1914. אין משך פֿון אָט די 33 יאָר האָט די ייִדישע וועלט פֿון מיזרח־אייראָפּע דורכגעמאַכט ריזיקע שינוים, וואָס האָבן באַווירקט דעם כאַראַקטער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדנטום אויף די קומענדיקע הונדערט יאָר. דווקא דעמאָלט זײַנען אויסגעפֿורעמט געוואָרן אַלע וויכטיקע אידעאָלאָגישע שיטות און קולטורעלע שטרעמונגען, וואָס בלײַבן, טיילווײַז, אַקטועל הײַנט. די מאָדערניזאַציע איז געקומען אויף דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער גאַס גאַנץ שפּעט, און איר אָנקומען איז זיך צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אויפֿקום פֿון דער אַנטיסעמיטישער רעאַקציע. אַזוי אַרום האָבן זיך די ייִדישע מאַסן געפֿונען צווישן האַמער און קאָוואַדלע. פֿון איין זײַט האָבן זיי געדאַרפֿט זיך צופּאַסן, עקאָנאָמיש, קולטורעל און געזעלשאַפֿטלעך צו דער נײַער אינדוסטריעלער געזעלשאַפֿט; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער צוּוווּקס פֿון נאַציאָנאַליזם צווישן אַלע פֿעלקער פֿון מיזרח־אייראָפּע גורם געווען נײַע מניעות פֿאַר ייִדן אויף דעם דאָזיקן וועג. נישט נאָר די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע פֿון דעם 21סטן יאָרהונדערט האַלט אין איין באַווײַזן וווּנדער. מיטן כּוח פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע האָט אויך גענומען באַווײַזן אירע וווּנדערס די מאָדערנע סאָציאָלאָגיע, וואָס האָט אין דעם צווייטן יאָרצענדליק פֿון דריטן יאָרטויזנט אַרויסגעפֿירט אויף די באַריקאַדן פֿון דער סאָציאַלער רעוואָלוציע "אין הייליקן לאַנד" די נײַע "סינדערעלאַ" פֿון דער בלוי־ווײַסער שפּײַז־אינדוסטריע, דעם קאָטעדזש־קעז — דעם ווייכן צוואָרעך פֿאַר אָרעמעלײַט — און אים געקרוינט מיטן ריטערלעכן ערן־טיטל פֿון דער מאָדערנער סאָציאַלער רעוואָלוציע: די זאָ גענאַנטע, אַזוי־גערופֿענע "קאָטעדזש־רעוואָלוציע". עס בעט זיך אָבער צו געבן אייניקע אויפֿקלערונגען בנוגע די מאָדערנע באַגריפֿן און דערשײַנונגען, וואָס זענען אַנגאַזשירט אין דעם דאָזיקן אויסטערלישן פּראָצעס: די באַריקאַדן זײַנען נישט קיין באַריקאַדן, און — אין שאַרפֿן קעגנזאַץ צו די רעוואָלוציאָנערע אַנטוויקלונגען, וואָס קומען איצט פֿאָר אין דער שכנותדיקער סבֿיבֿה — אין דער אַראַבישער וועלט אַרום אונדז, וווּ עס ווערט פֿאַרגאָסן מענטשלעך בלוט אויף די גאַסן פֿון באַלאַגערטע שטעט — איז די ווײַסע קאָטעדזש־רעוואָלוציע אַ "ווירטועלע", אין וועלכער עס ווערט נישט פֿאַרגאָסן נישט נאָר קיין טראָפּן בלוט, נאָר אויך נישט קיין טראָפּן טינט; און אַפֿילו נישט קיין טראָפּן מילך, פֿון וועלכן דער "קאָטעדזש" ווערט פּראָדוצירט. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן פּרה־אַדומה — אַ ספּעציעלע ריין־רויטע קו, וואָס די כּהנים פֿלעגן מיט איר אַש מטהר זײַן ייִדן נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן מענטש. דאָס מענטשלעכע לעבן איז ווערט אַ גאַנצע וועלט. דערפֿאַר האָט מען נישט געטאָרט אַרײַנקומען אינעם בית־המיקדש, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ קוואַל פֿון לעבן — נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן מענטש. בלויז דורך דעם ספּעציפֿישן ריטואַל פֿון פּרה־אַדומה האָט מען געקאָנט זיך אָפּרייניקן פֿון דער טומאת־מת. כּדי דורכצופֿירן דעם דאָזיקן טהרה־ריטואַל, האָט מען קודם געמוזט געפֿינען אַ קו, וועלכע האָט קיינמאָל נישט געטראָגן קיין יאָך, און האָט בלויז רויטע האָר — אַ גרויסע זעלטנקייט. מע האָט זי געזאָלט שעכטן און פֿאַרברענען מחוץ דעם הר-הבית; דערנאָך האָט מען אויסגעמישט דאָס אַש מיט קוואַל־וואַסער און אַ צאָל אַנדערע זאַכן. דער עיקר־פּאַראַדאָקס פֿון דער פּרה־אַדומה, וואָס ווערט אָפֿט באַהאַנדלט אין ספֿרי־חסידות, באַשטייט אין דעם, וואָס דער כּהן, וועלכער פֿירט דורך דעם טהרה־ריטואַל, ווערט אַליין טמא אינעם פּראָצעס. דאָס הייסט, אַז אינעם קוואַל־וואַסער, אויסגעמישט מיטן אַש פֿון דער רויטער קו, באַהאַלטן זיך, אין דער זעלבער צײַט, צוויי דיאַמעטראַל־היפּוכדיקע כּוחות: מטהר צו זײַן פֿון טומאה, און מטמא צו זײַן אַ ריינעם מענטש. |