- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס דער סאָוועטישער רעזשים האָט אין פֿעברואַר 1942 געשאַפֿן, און מיט 10 יאָר שפּעטער, דעם 12 אויגוסט 1952 אים געשלאָסן און די פֿירערשאַפֿט אומגעבראַכט. די טרויעריקע טראַדיציע ווערט יאָר־אײַן, יאָר־אויס אויפֿגעהאַלטן פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, וואָס פֿירט דורך צו דער דאַטע אַ ספּעציעלע אונטערנעמונג, וווּ עס קלינגען די ווערק פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער און געזאַנג, געשאַפֿן אויף די לידער פֿון די סאָוועטישע פּאָעטן... לאַנגע יאָרן זײַנען פֿאַרמאַכט געווען די דאָקומענטן, פֿון וועלכע מ׳האָט זיך געקאָנט דערוויסן, וווּ זשע ליגט דאָס געביין פֿון די צעשאָסענע ייִדישע טוער; און ערשט מיט זיבן יאָר צוריק, דעם 12טן סעפּטעמבער 2004, איז אין מאָסקווע אויפֿן דאָנסקוי־צווינטער, וווּ, לויט די ידיעות פֿון דער "קאַגעבע", זײַנען באַגראָבן געוואָרן די קרבנות פֿון דעם אַנטיסעמיטישן פֿאַרברעכן, איז דערעפֿנט געוואָרן אַ דענקמאָל. בסך־הכּל, זײַנען רעפּרעסירט געוואָרן 110 מענטשן, באַשולדיקט אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, בורזשואַזן ציוניזם, פֿאַרראַט און אַנדערע זינד, וואָס די שמאָלקעפּיקע אָפֿיצירן פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן געקאָנט צוטראַכטן. דרײַ יאָר, פֿון 1949 ביז 1952 האָט זיך געצויגן די אויספֿאָרשונג — אַן אַכזריותדיק־צינישע פּראָצעדור, ווײַל דער טויט־אורטייל און לאַנגע טורמע־טערמינען פֿאַר יעדן פֿון די באַשולדיקטע איז אַרויסגעטראָגן געוואָרן נאָך איידער מ'האָט זיי אַרעסטירט. דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט, ווי נאָר די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט אָנגעהויבן שטעכן די אויגן די פֿירער אין קרעמל. אייגנטלעך, איז עס געשען נאָך פֿריִער, ווען דער קאָמיטעט האָט זיך גענומען אַרײַנמישן אין זאַכן, וואָס זײַנען שוין נישט געווען פֿאַרבונדן מיט די פֿאַשיסטן, נאָר מיט די אייגענע אַנטיסעמיטן און זייערע מעשׂים. אין די 1960ער און 70ער יאָרן איז געווען זייער שווער צו זײַן אַ ייִדישער שרײַבער — דאָס הייסט, אַ שרײַבער אויף ייִדיש — נישט בלויז צוליב פּרנסה, נאָר אויך צוליב עמאָציאָנעלע סיבות. בײַ די ייִדן אין אַמעריקע און אין אויסלאַנד, און ספּעציעל אין ישׂראל, איז ייִדיש געווען די שפּראַך פֿונעם עלטערן דור, פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט. דערפֿאַר האָט מען אויף די כּלערליי ייִדיש־רעדנדיקע אונטערנעמונגען — די באַנקעטן פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס" און "בונד", און לעקציעס פֿון "פּען־קלוב" און ייִוו״אָ — געזען כּמעט בלויז גראָע קעפּ. הײַנט זענען די ייִדן איבער דער וועלט אַ סך וואַרעמער געשטימט צו ייִדיש נאָר, צום באַדויערן, זענען ס׳רובֿ פֿון יענעם דור ייִדישע שרײַבער און אינטעליגענטן שוין אויף יענער וועלט. אַליין אַ טאָכטער פֿונעם ייִדישן פֿילאָלאָג און לעקסיגראַף, ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס האָט אָנגעשריבן 10 ביכער און אָן אַ שיעור אַרטיקלען, כּדי צו הייבן דעם ניוואָ פֿונעם גערעדטן און געשריבענעם ייִדיש — איז מיר לעצטנס אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳וואָלט געווען כּדאַי צונויפֿצוברענגען די קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער (בפֿרט די שרײַבער, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע) אויף אַן אָוונט, כּדי צו דערגיין, צי אונדזערע געשיכטעס זענען טאַקע געווען ענלעך, און אויב יאָ, ווי אַזוי. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט צען קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער אין אַמעריקע, קאַנאַדע און ישׂראל, און פֿאָרגעלייגט, אַז מיר זאָלן דורכפֿירן אַ שמועס, אָדער עלעקטראָניש, אָדער פּנים־אל־פּנים. ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז עטלעכע פֿון די אויסלענדער קלײַבן זיך זומערצײַט צו קומען קיין אַמעריקע, האָב איך באַשטימט אַ דאַטע און פֿאַרבעטן אַלעמען צו זיך אַהיים אויף אַ וועטשערע.
זינאָווי זיניק.
זינט דעם אויפֿקום פֿון נאַציאָנאַליזם אינעם 19טן יאָרהונדערט באַטראַכט מען ליטעראַטור, ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע סימנים פֿון אַ "קולטורעלער" נאַציע. אָבער ווײַט ניט אַלע ליטעראַטן, וואָס מען האַלט איצט פֿאַר "נאַציאָנאַלע", האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין זייערע היימלענדער. אַ סך פֿון יענע קלאַסישע ווערק, וואָס געהערן צו אַ נאַציאָנאַלן קאַנאָן, זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין "גלות", ווי למשל, אייניקע קלאַסישע רוסישע ראָמאַנען פֿון גאָגאָל, טורגעניעוו, דאָסטאָיעווסקי. בײַ אייניקע איז דער גלות געווען אַ פֿרײַוויליקער; די אַנדערע זײַנען געוואָרן נע־ונדניקעס צוליב פּאָליטישע סיבות. דער רוסיש־ענגלישער שרײַבער זינאָווי זיניק געהערט צו דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע פֿון די 1970ער. נאָכן לעבן איין יאָר אין ישׂראל, האָט ער זיך אין 1976 באַזעצט אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט באַקומען אַ שטעלע אויף דער רוסישער דינסט פֿון "בי־בי־סי" און, מיט דער צײַט, זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע ליטעראַרישע ווערק אויף רוסיש און ענגליש. זיניקס הויפּט־טעמע איז עמיגראַציע און איר השפּעה אויף ליטעראַרישער שעפֿערישקייט, און זײַן נײַ בוך איז כּולל זײַנע עסייען פֿאַר דרײַסיק יאָר. "עמיגראַציע איז אַ פּערזענלעכע רעוואָלוציע", שרײַבט זיניק. ער קערט זיך כּסדר אום צוריק צו זײַנע אייגענע איבערלעבונגען פֿון אַ "רויטן" אימיגראַנט, וואָס האָט פֿאַרלאָזט זײַן סאָוועטיש היימלאַנד. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געחלומט וועגן דער פֿאַרווערטער פֿרײַער מערבֿ־וועלט, אָבער אין אויסלאַנד בענקט ער נאָך דעם "פֿאַרלוירענעם גן־עדן". דערבײַ ווייסט ער אַוודאי גוט, אַז קיין גן־עדן איז דאָס סאָוועטן־לאַנד קיין מאָל ניט געווען. "אויבֿ איך טראַכט נאָך אַמאָל זיך אומצוקערן קיין מאָסקווע, איז דאָס די מאָסקווע פֿון מײַן יוגנט, וואָס איך האָב זיך ניט געקענט אויסמאָלן, כּל־זמן איך האָב דאָרט געלעבט" — האָט ער אָנגעשריבן נאָך אין 1983, ווען ער האָט ניט געקענט אַפֿילו חלומען וועגן אַ רעאַלן אומקער. מיט 100 יאָר צוריק איז אין קיִעוו אַרעסטירט געוואָרן דער פּריקאַזטשיק פֿון דער ציגל־פֿאַרבריק מנחם־מענדל בייליס. ער איז באַשולדיקט געוואָרן אין הרגענען אַ רוסיש ייִנגעלע, כּדי "אויסצוניצן זײַן קריסטלעך בלוט פֿאַר אַ ריטועלן צוועק". צוויי יאָר איז אָנגעגאַנגען די אויספֿאָרשונג און אין אָקטאָבער 1913 האָט זיך אָנגעהויבן דער טרויעריק־באַרימטער פּראָצעס איבער מענדל בייליס. די אַבסורדישקייט און ליגנערישע באַשולדיקונגען האָבן בולט אַרויסגעוויזן דעם אַנטיסעמיטישן פּרצוף פֿון דער צאַרישער מאַכט און דער פּראַוואָסלאַוונער רעליגיע, דער גײַסטלעכער יסוד פֿון דער רוסישער אימפּעריע. בייליסן האָבן פֿאַרטיידיקט די בעסטע אַדוואָקאַטן פֿון יענער צײַט; מיט פּראָטעסטן זײַנען אויפֿגעטראָטן די באַקאַנטע שרײַבער: וולאַדימיר קאָראָלענקאָ, אַלעקסאַנדער בלאָק, מאַקסים גאָרקי, אַנאַטאָל פֿראַנס. דער פּראָצעס, וואָס האָט געזאָלט געזעצלעך דערווײַזן די בלוטדאָרשטיקייט פֿון דער ייִדישער אמונה, איז דורכגעפֿאַלן און מענדל בייליס אַליין איז באַרעכטיקט געוואָרן. שוין נאָכן באַפֿרײַט ווערן, האָט מענדל בייליס דורכגעמאַכט אַ שווערן וועג פֿון אַן עמיגראַנט — געלעבט אַ שטיקל צײַט אין פּאַלעסטינע, דערנאָך אַריבערגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. געשטאָרבן איז ער אין ניו־יאָרק, דעם 4טן יולי 1934, און איז מקבר געוואָרן אויפֿן בית־עולם "הר־הכּרמל", קווינס. מיר לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער אַן אויסצוג פֿונעם בוך "די געשיכטע פֿון מײַנע ליידן", געשאַפֿן פֿון מנחם־מענדל בייליס. ווי אַ לעקטאָר אין דער הײַיאָריקער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַרער"־פּראָגראַם האָב איך געהאַט די געלעגנהייט צו פֿאַרגלײַכן די ייִדישע פֿאָלקס־באַלאַדעס מיט די דײַטשע וואַריאַנטן. אַזוי ווי די טעמע דעם זומער האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף ייִדישע און דײַטשע פּאַראַלעלן אין פֿאָלקמוזיק, טענץ און פֿאָלקסליד, האָב איך געלייענט "דאָס גרויסע פֿאָלקסבאַלאַדן־בוך" פֿון אָטאָ האָלצאַפּפֿעל, אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון דײַטשע באַלאַדן, וואָס געפֿינען זיך אינעם "דײַטשן פֿאָלקסליד־אַרכיוו" אין פֿרײַבורג, דײַטשלאַנד. יאָרן לאַנג איז ד״ר האָלצאַפּפֿעל געווען דער דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, וואָס פֿאַרמאָגט די גרעסטע זאַמלונג פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון דײַטשע פֿאָלקזינגער. ניצנדיק די מאַטעריאַלן, האָב איך געוואָלט פֿאַרגלײַכן די דײַטשע מיט די ייִדישע באַלאַדן און פֿאָרשן די קולטורעלע אונטערשיידן צווישן זיי. לייענענדיק דעם באַנד, האָב איך באַמערקט, וויפֿל באַלאַדעס אויף דײַטש הייבן זיך אָן מיטן נומער דרײַ אין דער ערשטער שורה: דרײַ רײַטער, דרײַ "רעגימענטער", דרײַ ווײַבער, דרײַ טעכטער, דרײַ געפֿאַנגענע, דרײַ זעלן, דרײַ מוזיקער, דרײַ סוחרים, דרײַ שוואַרצע ראָבן, דרײַ קיסרים — און די רשימה נעמט אַרײַן נאָר אַ העלפֿט פֿונעם בוך! להיפּוך — אַרײַנקוקנדיק אין דער גרויסער זאַמלונג ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון גינזבורג און מאַרעק, 1901, "ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רוסלאַנד", געפֿינט מען בלויז איין לידל אינעם גאַנצן באַנד מיטן נומער דרײַ אין דער ערשטער שורה. קען מען דעריבער קומען צו דער מסקנא, אַז די צאָל "דרײַ" איז מער וויכטיק אין דײַטשע באַלאַדעס ווי אין די ייִדישע. דער נומער דרײַ איז אַ וויכטיקער ציפֿער אין אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר בכלל, אין די פֿאָלקס־מעשׂיות, די ייִדישע מעשׂיות, בפֿרט. אָבער, זעט אויס, נישט אין די באַלאַדעס — אַ קליינע, אָבער טשיקאַווע אָבסערוואַציע. פֿונעם הײַנטיקן שבת ביזן סוף יאָר הייבן מיר אָן לייענען דעם לעצטן טייל פֿון דער תּורה — "דבֿרים". אין די פֿריִערדיקע פּרשיות במשך פֿונעם יאָר האָבן מיר כּסדר באַטראַכט די לייטמאָטיוון פֿון די חמישה-חומשי-תּורה אין שײַכות מיט זייערע נעמען. איידער מיר גייען אַריבער צום חומש "דבֿרים", לאָמיר זיי דערמאָנען, וועגן וואָס עס גייט אַ רייד אין די פֿאָריקע פֿיר חומשים. די חז״ל באַמערקן, אַז אין תּהילים שטייט פֿיר מאָל די פֿראַזע "ברכי נפֿשי את ה׳" — זאָל מײַן נשמה בענטשן דעם אייבערשן — און נאָך איין מאָל אַן ענלעכע פֿראַזע: "ברכו ה׳ מלאכיו" — זאָלן דעם אייבערשטנס שליחים אים בענטשן. די גמרא זאָגט, אַז די דאָזיקע פֿינף לויב־געזאַנגען שטימען מיט די פֿינף וועלטן, אין וועלכע עס האָט געלעבט דוד־המלך — ווען ער איז נאָך געווען אין זײַן מאַמעס בויך; ווען ער איז געבוירן געוואָרן און צום ערשטן מאָל דערזען הימל און שטערן; ווען ער האָט געזויגט זײַן מאַמעס מילך און געקוקט אויף איר ברוסט, וועלכע סימבאָליזירט די מידה פֿון בינה — פֿאַרשטאַנד; ווען ער האָט מנצח געווען די רשעים; ווען ער האָט זיך פֿאַרטראַכט וועגן דעם טאָג פֿון זײַן טויט. פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן, וועלכע שפּילן וויכטיקע ראָלעס אינעם גאולה־פּראָצעס און אַנטפּלעקן נײַע ג־טלעכע חידושים אין דער וועלט, ווערן באַטראַכט ווי משיחים, על־פּי־חסידות, אין אַ געוויסן זין פֿון וואָרט. למשל, דוד־המלך ווערט אָנגערופֿן "משיח ראשון" אָדער "דוד מלכא משיחא", און משה רבינו ווערט אויך אָנגערופֿן "גואל ראשון" אָדער "משה משיח". די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז די גרעסטע צדיקים זענען משיחים פֿון זייער דור. דערפֿאַר, בלײַבן אַלע פֿאָרויסגעזאָגטע חשבונות וועגן גאולה־צײַטן אמת; הגם דער ענדגילטיקער גואל־צדק איז נאָך נישט געקומען, פּאַסירן אין דער וועלט כּסדר פֿאַרשיידענע געשעענישן, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי אַ שטיקל גאולה. |