Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין איראַן געפֿײַערט געוואָרן אַ חגא, וואָס האָט געבראַכט אויף די גאַסן פֿון די גרעסערע שטעט אַ סך טויזנטער מענטשן. די דאָזיקע חגא האָט מיט איר פֿאַרנעם דערמאָנט די גרעסטע פֿאָלקס־דעמאָנסטראַציעס, וועלכע פֿלעגן אַ מאָל פֿאָרקומען בעת די "רויטע דאַטעס" אויפֿן סאָוועטישן קאַלענדאַר — דעם 1טן מײַ און דעם 7טן נאָוועמבער — דעם טאָג פֿון פֿײַערן די אינטערנאַציאָנאַלע סאָלידאַריטעט פֿון אַרבעטער־מאַסן און דעם טאָג פֿון אָקטאָבער־רעוואָלוציע. אָבער אין איראַן מיט אַן איסלאַמיסטיש־רעוואָלוציאָנערן ראַזמאַך ווערט אָפּגעמערקט "דער אַלוועלטלעכער טאָג פֿון ירושלים".

פֿון וואַנען נעמט ער זיך "דער טאָג"? אין פֿעברואַר 1979, נאָכן זיג פֿון דער איסלאַמישער רעוואָלוציע, איז אויף דער ערשטער זיצונג פֿונעם רעוואָלוציע־ראַט אָנגענומען געוואָרן אַ ספּעציעלער באַשלוס, לויט וועלכן "דאָס איסלאַמישע איראַן האַלט פֿאַר נייטיק צולייגן אַלע כּוחות, אַז דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק זאָל באַפֿרײַט ווערן פֿון דער ציוניסטישער קנעכטשאַפֿט".

שוין דעמאָלט האָט דער נײַער גײַסטלעכער פֿירער אַיאַטאָלאַ רוכאָלאַ כאָמעיני בײַם אײַנפֿירן די חגא, געשטעלט אַ "וויכטיקע אויפֿגאַבע נישט בלויז צו העלפֿן די פּאַלעסטינער ברידער צו גרינדן אַן אייגענע אומאָפּהענגיקע מלוכה, נאָר אויך צו פֿאַרניכטן ישׂראל!" צו דערהייבן דעם "טאָג" צו אַ הייליקער מדרגה, האָט כאָמעיני אָנגעוויזן, אַז די "חגא דאַרף געפֿײַערט ווערן דעם פֿערטן פֿרײַטיק פֿונעם הייליקן חודש ראַמאַדאַן" — אינעם אַזוי גערופֿענעם "יתומים־טאָג". דערמיט גיט מען דער מוסולמענישער וועלט צו פֿאַרשטיין, אַז דווקא איראַן נעמט אויף זיך די אַחריות און זאָרג פֿאַרן יתום — "דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק, פֿאַרשקלאַפֿט און פֿאַרפּײַניקט פֿון די ציוניסטישע רוצחים".


געזעלשאַפֿט
די באַטייליקטע אינעם

אין דער שוועדישער שפּראַך געפֿינט זיך אַ וואָרט, וואָס איז נישט סתּם אַ וואָרט, נאָר אַ קולטורעלער באַגריף: "לאַגאָם". בערך מיינט עס "נישט איבערכאַפּן די מאָס". אין שוועדן האַלט מען, אַז אַ מענטש דאַרף תּמיד זײַן באַשיידן און אויסמײַדן עקסטרעמען; זײַן נישט צו רײַך און נישט צו אָרעם; נישט צו פֿריילעך און נישט צו טרויעריק; זיך נישט אַרײַנמישן אין די ענינים פֿון אַנדערע; בקיצור — זיך נישט וואַרפֿן אין די אויגן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָבן בערך 90 ייִדישע אײַנוווינער פֿון שוועדן — כּמעט אַלע צווישן 50 און 65 יאָר, און ס׳רובֿ פֿון זיי, קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה — געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַפֿרײַען אַ ביסל פֿון "לאַגאָם", און פֿון דער שוועדישער געזעלשאַפֿט בכלל. במשך פֿון דרײַ טעג האָבן זיי אין אַ קליינעם האָטעל, מחוץ דער שטאָט שטאָקהאָלם, זיך מחיה געווען מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, געהערט לעקציעס, געפֿירט דיסקוסיעס, געזונגען לידער, און געשריבן און פֿאָרגעשטעלט הומאָריסטישע סקיצעס אויף ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט זייער געוויינטלעכן שוועדישן אויפֿפֿיר, האָבן זיי דאָ מיטן גאַנצן האַרצן אַרומגענומען זייערע פֿרײַנד, זיך באַרימט מיט די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זייערע אייניקלעך, זיך געטיילט מיט זכרונות וועגן זייערע מיזרח־אייראָפּעיִשע משפּחות, דערציילט וויצן אויף ייִדיש (נישט תּמיד סאַלאָן־פֿעיִקע), און אָפֿט מאָל זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער.

די אונטערנעמונג איז געווען דאָס צוועלפֿטע יאָר פֿונעם שוועדישן "ייִדיש־סעמינאַר". צוליב דעם וואָס ייִדיש האָט דאָ דעם סטאַטוס פֿון אַן אָפֿיציעלער מינאָריטעט־שפּראַך, האָט די רעגירונג אין אַלע פֿריִערדיקע יאָרן ברייטהאַרציק פֿינאַנצירט דעם סעמינאַר דורך אַ סובסידיע פֿון 630,000 שוועדישע קראָנען (100,000$ דאָלאַר), און דערבײַ דערמעגלעכט די אָרגאַניזירער צו ברענגען עקספּערטן און אַרטיסטן פֿון אויסלאַנד צו געבן לעקציעס און פֿאַרווײַלן דעם עולם אויף מאַמע־לשון. צווישן די געסט פֿון פֿריִערדיקע יאָרן: דער "פֿאָרווערטס"־שרײַבער גענאַדי עסטרײַך; דער פּאַריזער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי; די ניו־יאָרקער אַקטיאָרן אָרון ריקמאַן און יעלענע שמואלענזאָן, און דער רעציטאַטאָר און כּישוף־מאַכער שיין בייקער. הײַאָר האָט מען פֿאַרבעטן די נאָרוועגישע זינגערין בענטע קאַהאַן (וואָס איז, אַגבֿ, אַ ווײַטע קוזינע פֿונעם גרינדער פֿון "יונג ייִדיש" אין ירושלים, מענדי קאַהאַן); דער לינגוויסט דוד־הירשע כּץ, און די שרײַבערין פֿון די שורות.


ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

זעלטן ווען האָב איך אַ געלעגנהייט צו שרײַבן וועגן קאָמיקס, איין וואָך נאָך אַן אַנדערער, אין דער צײַטונג. אָבער אינעם נײַעם בוך "Yiddishkeit" , רעדאַקטירט פֿון האַרווי פּעקאַר און פּאָל בול, גיבן זיי איבער דורך בילדערשטרײַפֿן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. ווי אַן אונטערקעפּל פֿונעם בוך שטייט "אַ ייִדישע פֿאָלקשפּראַך און דאָס נײַע לאַנד", און דער טראָפּ פֿון די קאַפּיטלעך ליגט טאַקע אויף ייִדישער אימיגראַנטישער איבערלעבונג אין אַמעריקע. אַזוי ווי אַ גרויסער טייל פֿון דער דאָזיקער געשיכטע האָט אַ שײַכות צו ייִדישער מוזיק, נעמען מיר דאָס אַרײַן אין אונדזער רובריק. דאָס בוך האָט מען אײַנגעטיילט אין קאַפּיטלעך לויט געוויסע טעמעס, עלעהיי ס׳וואָלט געווען אַן אילוסטרירטע ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. די צענדליקער קאָמיקס האָבן געשאַפֿן פֿאַרשיידענע קינסטלער און שרײַבער, אָבער אַלע דערציילן זיי וועגן דער ייִדישער קולטור מיט אַן אָריגינעלן וויזועלן צוגאַנג.

האַרווי פּעקאַר איז אַ באַקאַנטער שרײַבער פֿון קאָמיקס, אָבער ער צייכנט נישט די בילדער, נאָר שרײַבט די טעקסטן. ער איז געשטאָרבן אין יוני 2010 און "ייִדישקייט" איז זײַן לעצט בוך. פּאָל בול האָט אַ סך געשריבן וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור און בפֿרט דער לינקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָליטיק. אַוודאי האָט מען נישט געקענט אויסמײַדן פּאָליטיק אין אַזאַ אַרומנעמיקער אונטערנעמונג, אָבער אין דעם באַנד פֿאַרנעמט די ייִדישע שפּראַך און קולטור דעם אויבן אָן.

מע באַקענט זיך מיט האַרווי פּעקאַרס משפּחה־בוים אינעם ערשטן בילדערשטרײַף וואָס הייסט — "אַ פּראָלאָג", אין וועלכן פּעקאַר דערציילט ווי זײַנע באָבע־זיידע זענען געקומען קיין אַמעריקע פֿון דער ביאַליסטאָקער געגנט, און ער איז דאָ געבוירן געוואָרן אין 1939. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט אַ קליינע שפּײַזקראָם. ייִדיש איז געווען זײַן ערשטע שפּראַך און מיטן זיידן האָט ער גערעדט בלויז ייִדיש. אָבער נאָך דעם זיידנס טויט האָט ער פֿאַרגעסן די שפּראַך. ער האָט פֿאַרשטאַנען ייִדיש און שרײַבט אַז "צוליב דער קאָלירפֿולקייט און ריטעם פֿון ייִדיש האָט עס מיר געטאָן הנאה צו הערן, כאָטש איך האָב עס צוביסלעך פֿאַרגעסן". אַזוי ענדיקט זיך דער "פּראָלאָג" און מיט דעם וויל מען זאָגן, מסתּמא, אַז מיט "ייִדישקייט" האָט פּעקאַר געשטרעבט צו געפֿינען זײַנע ייִדיש־שפּראַכיקע וואָרצלען.


ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ערשטע קלאַנגען אין ייִדיש

"סטאַטיסטיק" וועגן ייִדיש איז זייער אַ דעליקאַטער ענין. ערשטנס, דאַרף מען דאָך ציילן מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע מינים און לויט פֿאַרשיידענע סימנים. ייִדן האָבן ספּעציעל ניט ליב ווען מען ציילט זיי. דערפֿאַר זאָגט מען דאָך בײַ אונדז אין דער משפּחה, "ניט איינס", "ניט צוויי", אאַז״וו, אויב עמעצער פֿרעגט די פּשוטסטע נומערישע פֿראַגע; למשל, וועגן וויפֿל "זענען מיר הײַנט בײַם טיש?" מיר זענען טיף איבערצײַגט, אַז קיין גוטס קען דערפֿון ניט אַרויס, אַז ס׳קען נאָר, חלילה, שאַדטן. דערצו, קומט נאָך צו די חשיבֿות פֿון דעם געציילטן. "עני חשובֿ כּמת", זאָגן מיר און אין דער וועלט פֿון לשונות איז ייִדיש נעבעך אַן עני (אָרעמאַן) און ס׳איז ניט כּדאַי זיך דערמיט צו פֿיל צו צאַצקען. אין דער מאָדערנער וועלט אָבער, וווּ רעגירונגען ציילן כּסדר אַלץ און אַלעמען, מוזן זיי, פֿון צײַט צו צײַט, אויך ציילן און "דערציילן" וויפֿל פֿון זייערע אײַנוווינערס ס׳רעדן אויף איין שפּראַך צי אויף אַן אַנדערער. פֿון אָט דעם "דערציילן" וואַקסט אַרויס אַן אַנדער צרה: די לשונות וועמען עס גייט גוט, זיי הייבן אָן צו ווערן נאָך בעסער בלויז פֿונעם דערציילן אַליין. מענטשן האָבן ליב זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט לשונות וועמען עס גייט מיט דער פּוטער אַרויף און זיך אָפּצוטרייסלען פֿון די וועמען עס גייט מיט דער פּוטער אַראָפּ. צוליב אָט די אַלע סיבות בין איך ניט קיין שטאַרקער מאמין אין שפּראַך־סטאַטיסטיק. אָבער פּונקט ווי בײַם פּסחדיקן סדר איז אויך וועגן דעם ענין "שפּראַך" פֿאַראַן אַ וויכטיקע "פֿערטע קשיא": וואָס איז אייגנטלעך פּונקט די פֿראַגע אויף וועלכער די אויסגעפֿרעגטע מוזן ענטפֿערן. אויב מען בײַט אַפֿילו איין וואָרט פֿון דער פֿראַגע באַקומט מען אַן אַנדער ענטפֿער, פֿון איין לאַנד צו אַן אַנדערן און פֿון איין יאָר צו אַן אַנדערן. די צרה איז וואָס די פֿראַגע בלײַבט ניט אַלע מאָל פּונקט די זעלבע פֿון מאָל צו מאָל. אויב מען פֿרעגט אויף איין אָרט וועגן "מוטערשפּראַך", אויף אַן אַנדערס וועגן "היימשפּראַך" און אויף אַ דריט אָרט וועגן "שפּראַך פֿון דער קינדהייט" באַקומען זיך יעדער מאָל אַנדערע ענטפֿערס אַפֿילו אינעם זעלבן טאָג און פֿון די זעלבע אינפֿאָרמאַנטן. און אויב דערצו בײַט מען נאָך דאָ און דאָרט אַ וואָרט פֿון דער פֿראַגע פֿון איין יאָר צום צווייטן, ווערן שוין די ענטפֿערס צו אַלע פֿראַגעס "ניט־פֿאַרגלײַכלעך" און דאָס איז שוין די "הויפּטזינד" בײַ שפּראַך־סטאַטיסטיקער.


װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
יעפֿים טשאָרני (לינקס) דיריגירט מיטן "קלעזקאַנאַדע קהילה־כאָר" בײַם סטודענטן־קאָנצערט פֿון "קלעזקאַנאַדע"

דאָס יאָר, ווען אַלע קולטור־טוערס ציטערן צוליב דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון דער עקאָנאָמיע איבער דער וועלט, האָט זיך געיאַוועט אַ געפּאַקטער עולם פֿאַרן וואָך־לאַנגיקן מוזיק־ און קולטור־פֿעסטיוואַל — "קלעזקאַנאַדע". אין עס־צימער איז אָפֿט געווען שווער צו געפֿינען אַ בענקל וווּ זיך אַוועקצוזעצן און כאַפּן אַ ביסן פֿון די "געשמאַקע" מאכלים (דאָס שרײַב איך שוין מיט איראָניע; איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז קיינער קומט נישט אויף "קלעזקאַנאַדע" צוליב דעם עסן). עס האָט אַוודאי יעדן איינעם הנאה געטאָן צו זען, אַז דער אינטערעס צו "קלעזקאַנאַדע" וואַקסט, און אַז דאָס 16טע יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל וועט זיכער נישט זײַן דאָס לעצטע.

צום ערשטן מאָל האָט מען געבעטן דעם טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, ער זאָל אָנפֿירן ווי דער קינסטלערישער קאָאָרדינאַטאָר, און אַ דאַנק אים און זײַן קינסטלערישער פֿאַרוואַלטונג, האָט מען פֿאַרבעטן גאָר אינטערעסאַנטע לערערס, לעקטאָרן און מוזיקער.

צו דערציילן וועגן דער ספֿרדישער מוזיקאַלישער טראַדיציע האָט מען פֿאַרבעטן דעם מוזיקאָלאָג פּראָפֿ׳ עדוואַרד סערוסי פֿון ישׂראל. נישט נאָר האָט ער געהאַלטן לעקציעס וועגן דעם נײַעם ישׂראלדיקן זשאַנער "מעדיטאַריאַנישע מוזיק", אָבער אויך געפֿירט אַ וואַרשטאַט, אין וועלכן ער האָט געלערנט די אָנטיילנעמער אַלטע ספֿרדישע פּיוטים. די לעגענדאַרע ספֿרדישע זינגערין פֿון באָסניע, פֿלאָרי יאַגאָדאַ, שוין אין די הויכע 80 יאָרן, איז געקומען פֿון איר היים אין וואַשינגטאָן. זי זינגט סײַ טראַדיציאָנעלע לידער, וועלכע זי געדענקט פֿון אירע קינדער־יאָרן, סײַ אָריגינעלע לידער אויף דזשודעזמאָ. איר קאָנצערט איין אָוונט אינעם גרויסן קאָנצערט־זאַל האָט צוגצויגן אויך צוהערער פֿון דער שטאָט מאָנטרעאָל, וואָס געפֿינט זיך 80 מײַל פֿונעם "בני־ברית" זומער־לאַגער, וווּ "קלעזקאַנאַדע" קומט פֿאָר.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך" — דו זאָלסט אײַנשטעלן שופֿטים און פּאָליציאַנטן אין יעדן פֿון דײַנע טויערן, וועלכע דער אייבערשטער וועט דיר געבן פֿאַר דײַנע שבֿטים, און זיי זאָלן מישפּטן יושרדיק דאָס פֿאָלק; אַזוי האָט משה רבינו איבערגעגעבן די ייִדן אַ מיצווה, וואָס ער האָט באַקומען פֿונעם באַשעפֿער. ווײַטער ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה באַהאַנדלט אַ צאָל מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן מישפּט; דערנאָך זאָגט אונדז די תּורה אָן, ווי אַזוי עס מוז זיך פֿירן אַ ייִדישער מלך, און ווי אַזוי מע זאָל זיך נוהג זײַן בײַם האַלטן אַ מלחמה.

אין די הײַנטיקע צײַטן האָבן די דיינים נישט קיין עכטן צוואַנג־כּוח. אין פֿאַרגלײַך מיט די אוראַלטע צײַטן, ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, זענען די הײַנטיקע רבנים, בדך־כּלל, בלויז עצה־געבער, וועלכע פּסקענען שאלות, אָבער האָבן נישט קיין רעכט צו צווינגען די אַנדערע פֿאָלגן זייערע פּסקים און תּקנות. אַפֿילו אין די שטרענגסטע קהילות ווערט די רבנישע מאַכט נישט זעלטן קריטיקירט. ס׳איז קלאָר, אַז די אַמאָליקע היעראַרכיע פֿון "שופֿטים ושוטרים" איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן.

איז אַזאַ מצבֿ אַ מעלה, צי אַ חסרון?

צווישן די ברכות אין "שמונה־עשׂרה" איז פֿאַראַן די בקשה "השיבֿה שופֿטינו כּבֿראשונה ויועצינו כּבֿתּחילה" — מיר בעטן דעם באַשעפֿער צו ברענגען צוריק אונדזערע שופֿטים און בעלי־עצה. דער טעקסט פֿון די ייִדישע תּפֿילות, געשאַפֿן דורך די חז״ל און אויסגעשליפֿן דורך אונדזערע גרעסטע חכמים במשך פֿון צענדליקער דורות, איז זייער גענוי, הגם נישט יעדעס וואָרט אין די תּפֿילות מוז מען אָפּטײַטשן בוכשטעבלעך. ס׳איז קלאָר, אַז די דאָזיקע ברכה איז פֿאַרבונדן מיטן אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. ס׳איז מערקווירדיק, אַז אַנשטאָט די שוטרים, ווערן אין דער תּפֿילה דערמאָנט בלויז די עצה־געבער.