Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ווער געדענקט ניט דאָס מעשׂהלע וועגן דעם ייִד, וואָס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די לאַפּעס פֿון אַ בער; אויף זײַן גוואַלד־געשריי, מע זאָל אים ראַטעווען, האָט ער באַקומען פֿון אַ צווייטן ייִד אַן עצה: "לאָז אים אָפּ, דעם בער!" — "ווער האַלט אים דען, — שרײַט, נעבעך, דער געליטענער, — ער לאָזט מיך נישט אָפּ!".
אַנטקעגן וואָס האָבן מיר זיך דערמאָנט אין דער אַלטער געשיכטע? אין נאָוועמבער האָט אַ פּאָפּולערער טעלעוויזיע־קאַנאַל TLC (לערן־קאַנאַל) אָנגעהויבן ווײַזן אַ פּראָגראַם, אָדער ווי מע רופֿט עס הײַנט "רעאַליטי־שאָו" אויף דער טעמע "All-American Muslim" (די עכט־אַמעריקאַנער מוסולמענער). איז פֿאַרוואָס טאַקע נישט? מוסולמענער, בירגער פֿון אַמעריקע, זײַנען גאָר נישט קיין נײַע דערשײַנונג. אַן אַנדער זאַך, אַז נאָך דער טראַגעדיע פֿון 11טן סעפּטעמבער 2001 און נאָך די פֿילצאָליקע בלוטיקע טעראָריסטישע אַטאַקן — סײַ אין לאַנד און סײַ אין אויסלאַנד — דורכגעפֿירט פֿון די מוסולמענער, בתוכם בירגער פֿון אַמעריקע, איז דער צוטרוי צו זיי ווײַט פֿון ברייטהאַרציקייט.


געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן, רעליגיע

פֿראַנציסקאָ גאָיאַס בילד 
"דער שלאָף פֿונעם שׂכל האָט געברוין מאָנסטערס"

דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין אַ סך מאָל געלויבט די הײַנטיקע חסידישע קהילות אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער פֿאַר דעם, וואָס זיי שטיצן די ייִדישע שפּראַך און שאַפֿן דערפֿאָלגרײַכע, גיך־וואַקסנדיקע ייִדיש־רעדנדיקע ייִשובֿים. הגם די חסידים באַציִען זיך מיט אַ חשד צו דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, האָבן זיי אַנטוויקלט אַן אייגענע נעץ פֿון ייִדישע צײַטונגען און פֿאַרלאַגן, וועלכע פֿאַרעפֿנטלעכן כּסדר פּאָפּולערע ביכער, אוידיאָ־קאָמפּאַקטלעך און אַנדערע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש.
די חסידים פֿאַרדינען טאַקע אַ גרויסן יישר־כּוח פֿאַר זייער געטרײַשאַפֿט צו דער אויטענטישער אַשכּנזישער קולטור און פֿאַר זייער גרויסער ראָלע אין דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער לעבעדיקער ייִדישער שפּראַך. נישט אַלע ייִדישע אויסגאַבעס, וואָס קומען אַרויס פֿון די שטרענג־חרדישע סבֿיבֿות, פֿאַרדינען אָבער אַ לויב־געזאַנג; עס טרעפֿן זיך אויך, צום באַדויערן, אַזעלכע ביכער, וואָס זייער אינהאַלט קאָן אַרויסרופֿן ממש אַן איבל בײַ אַ פּראָגרעסיוו־געשטימטן מענטש, און וואָס מע קאָן זיי פֿאַרגלײַכן, אָן אַ גוזמא, צו די עקלדיקע ראַסיסטישע בלעטלעך פֿונעם "קו־קלוקס־קלאַן".


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Daniel Greene.
The Jewish Origins
of Cultural Pluralism:
The Menorah Association
and American Diversity.
Indiana University Press, 2011.

די באַקאַנטע מעטאַפֿאָר פֿון אַמעריקע ווי אַ שמעלצטאָפּ פֿון פֿאַרשידענע עמיגראַנטישע שבֿטים, שטאַמט פֿון דער פּיעסע פֿונעם בריטיש־ייִדישן דראַמאַטורג ישׂראל זאַנגוויל. די פּיעסע דערציילט וועגן אַ ליבע־געשיכטע צווישן אַ קעשענעווער ייִדישן מיידל און דעם זון פֿון אַ רוסישן פּאָגרמאָשטשיק, וואָס געפֿינען זייער גליק מעבֿר־לים אין אַמעריקע. אַזאַ מין מעשׂה קאָן זיך טרעפֿן נאָר אין דער נײַער וועלט, וווּ אַלע אימיגראַנטן ווערן געבוירן פֿון דאָס נײַ, ווי אַמעריקאַנער.
זאַנגווילס פּיעסע איז שטאַרק געפֿעלן געוואָרן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט טעאָדאָר רוזעוועלט, און אַ דאַנק אים, איז די אידעע פֿון "שמעלצטאָפּ" געוואָרן די אידעאָלאָגיע פֿון אַמעריקע אין דער צײַט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. אָבער דער אמתדיקער מצבֿ איז געווען מער קאָמפּליצירט. די אַמעריקאַנער קולטור בכלל און די הומאַניסטישע בילדונג בפֿרט איז פֿאַרבליבן פֿעסט אינעם רשות פֿון די ווײַסע פּראָטעסטאַנטן, וואָס האָבן ניט אַרײַנגעלאָזט אין זייער סבֿיבֿה אַנדערע עטנישע און רעליגיעזע עדות.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער גולם (סטיווען רײַאַן), מיט דער טרופּע און מאַריאָנעטן

אין טעאַטער "לאַ־מאַמאַ," וואָס געפֿינט זיך אויף דער 4טער גאַס, צווישן 2טער און 3טער עוועניוס אין מאַנהעטן, שפּילט מען איצט "דער גולם!" דער טעאַטער "לאַ־מאַמאַ" איז אַדורך אַ גרויסן רעמאָנט. די געבײַדע האָט טאַקע אונטער זיך אַ ריזיקע פֿאַרגאַנגענהייט.
אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט דאָ געהויזט דאָס ערשטע ייִדישע טעאַטער אין ניו־יאָרק. דאָ האָט מען געשפּילט אין יענע יאָרן גאָלדפֿאַדענס "די מכשפֿה," מיטן אָנטייל פֿון גאָר יונגינקן באָריס טאָמאַשעווסקין. אַזוי, אַז ווען דאָס טעאַטער וואָלט געקענט רעדן, וואָלט עס זיך געטיילט מיט אונדז און געשילדערט די ערשטע טריט און די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער; און דאָס קען מען שוין נישט רעמאָנטירן. יענע צײַטן זײַנען שוין לאַנג פֿאַרבײַ. דאָ האָט מען געשטעלט אַלערליי מוזיקאַלישע, דראַמאַטישע און מסתּמא אויך שונד.
דאָס מאָל האָט זיך באַוויזן אַ טרופּע שטריקל־ציִער, אַ מאַריאָנעטן־טעאַטער, וואָס האָט געהאַט בדעה אויסצושפּילן די לעגענדע פֿונעם גולם, וואָס מען האָט בײַ אונדז צוגעשריבן צום מהר״ל (לוי־יהודה בן־בצלאל), וועלכער איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ בעל־המופֿת (אַ וווּנדער־רבי). זײַן געבורטשײַן לאָזט אונדז וויסן, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין 1515 אין פּויזן, און געשטאָרבן איז ער אין פּראָג, אין יאָר 1609. דער זעלביקער מהר״ל האָט אויך געהאַלטן פֿון לערנען וועלטלעכע וויסנשאַפֿט, באַזונדערס אַסטראָנאָמיע און געאָגראַפֿיע. אין זײַן ספֿר "נתיבֿות־עולם," זאָגט ער בפֿירוש, אַז ייִדן דאַרפֿן לערנען וועלטלעכע וויסנשאַפֿטן.


ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ דער ייִוואָ־קאָנפֿערענץ — "מאַקס ווײַנרײַך אין אַמעריקע" — איז זיך צונויפֿגעקומען 
די משפּחה פֿון מאַקס ווײַנרײַך. פֿון פֿאָרנט זיצט זײַן זון, גבֿריאל ווײַנרײַך.

דעם שטענדיקן לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" דאַרף מען ניט דערקלערן ווער עס איז געווען מאַקס ווײַנרײַך. און דאָך — פֿון צײַט צו צײַט קומען צו נײַע לייענער, אַזוי אַז עס וועט ניט שאַטן צו דערמאָנען זיי, אַז די רייד גייט וועגן אַ מענטש, לגבי וועלכן עס קלינגען ניט צו הויך אַזעלכע באָמבאַסטישע ווערטער, ווי: "געניאַלער" און "לעגענדאַרער". דעם 29סטן יאַנואַר וועט ווערן 43 יאָר זינט זײַן פּטירה. פֿאַר אָט די יאָרן האָבן זיך געביטן עטלעכע דורות אין דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט. אָבער קיינער האָט זיך אַפֿילו ניט דערנענטערט צום ניוואָ פֿון מאַקס ווײַנרײַכן, כאָטש אייניקע זאַכן זײַנען, בלי-ספֿק, פֿאַרעלטערט געוואָרן אין זײַנע פֿילצאָליקע אַרבעטן.
אַ חוץ די צענדליקער ביכער און הונדערטער אַרטיקלען, האָט ווײַנרײַך איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ גאַנצע אינסטיטוציע — איך מיין, פֿאַרשטייט זיך, דעם ייִוואָ-אינסטיטוט. הגם אַ גאַנצע ריי געלערנטע און כּלל-טוער האָבן אין יאָר 1925 פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון דעם דאָזיקן אינסטיטוט, איז מאַקס ווײַנרײַך געווען דער מענטש, וואָס איז געשטאַנען בײַם רודער פֿון דער נײַער, איצט שוין לאַנג לעגענדאַרער, אַקאַדעמישער אינסטיטוציע. ער האָט מיט איר אָנגעפֿירט סײַ אין ווילנע און סײַ אין ניו-יאָרק, ווען די מלחמה האָט אים פֿאַרוואָרפֿן אויף דער אַנדערער זײַט פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿאָריקע פּרשיות גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַזוי יעקבֿ אָבֿינו האָט זיך, צו ערשט, שטאַרק צעקריגט מיט זײַן ברודער עשׂו, אָבער שפּעטער האָט ער זיך מיט אים איבערגעבעטן.
די נעמען פֿון די סדרות זענען מרמז אויף זייער אַלגעמיינעם אינהאַלט. אין דער פּרשה "תּולדות", מיט דרײַ וואָכן צוריק, ווערן באַשריבן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן יעקבֿן און עשׂון, וועלכע האָבן געבראַכט צו אַ שאַרפֿן קאָנפֿליקט. צוליב דעם מחלוקת, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים.
פּערזענלעכע סיכסוכים זענען אַ נאָרמאַלער, הגם זיכער אַן אומגעוווּנטשענער, טייל פֿונעם מענטשלעכן לעבן. ס׳רובֿ סיכסוכים זענען ווײַט נישט אַזוי שאַרף, חלילה, און ברענגען דעם מענטש נישט אין אַזאַ ביטערן מצבֿ, ווען מע מוז אַנטלויפֿן פֿון דער היים צוליב דעם כּעס פֿון נאָענטע קרובֿים. פֿונדעסטוועגן, ברענגען אַלע קאָנפֿליקטן צווישן מענטשן צו אַ געפֿיל פֿון אָפּגעפֿרעמדקייט, ווען עס ווילט זיך ערגעץ אַוועקלויפֿן. פֿונדעסטוועגן, זענען פֿאַרשיידענע קאָמפּליצירטע סיטואַציעס אַ טייל פֿון דער נאַטירלעכער אַנטוויקלונג פֿון די מענטשן — "תּולדות".