- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר וועלן הײַנט נישט רעדן וועגן פּאָליטיק, עקאָנאָמיע, סאָציאַל־קולטורעלן לעבן פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט בכלל און דער ייִדישער — בפֿרט; מיר וועלן קוים דערמאָנען די ישׂראל־פּראָבלעמען און דעם אַנטיסעמיטיזם, וואָס האַלט נאָך אַלץ הויך די פֿאָן איבער דער פֿעסטונג פֿון מענטשלעכן האַס און קסענאָפֿאָביע. מיר וועלן נישט אָנרירן אַנדערע הײַנטיקע פּראָבלעמען, וועלכע זײַנען, אין תּוך גערעדט, טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער געשיכטע... מיט דעם דאָזיקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" באַצייכענען מיר אונדזער 115טן יאָרגאַנג... דער רעקאָנסטרוקציע־פּראָיעקט וועט דינען ווי אַ יסוד פֿון אַ היסטאָרישן דאָקומענטאַר, וועלכער וועט געשאַפֿן וועגן דורך Handshouse Studio, בראָש מיט ריק און לאָראַ בראַון. מע בעט דעם עולם מנדבֿ צו זײַן די נייטיקע פֿאָנדן, כּדי צו שיקן די פֿילם־מאַנשאַפֿט קיין פּוילן דעם קומענדיקן זומער; דער רעקאָנסטרויִרטער שיל־דאַך וועט אויסגעשטעלט ווערן אינעם נײַעם "היסטאָרישן מוזיי פֿון פּוילישע ייִדן", אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם וואַרשעווער געטאָ. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע — ווענדט זיך אויפֿן פֿאָלגנדיקן וועב־אַדרעס:http://www.kickstarter.com/projects/15287081/filming-the-replication-of-a-17th-century-wooden-s זייער ערשטע סטאַנציע האָבן זיי געמאַכט אין וואַשינגטאָן, וווּ זיי האָבן זיך באַטייליקט אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער פּראָ-שלום און פּראָ-ישׂראל שתּדלנות-אָרגאַניזאַציע "דזשיי-סטריט". דאָרט האָט סתּיו געהאַלטן אַ רעדע אויף דער בכּבֿודיקער עפֿנטלעכער סעסיע צוזאַמען מיט דעם בירגער־מײַסטער פֿון ירוחם (אַ שטעטל אין דרום פֿון ישׂראל) מיכאל ביטאָן, און דעם באַרימטן ישׂראלדיקן מחבר עמוס עוז. זי האָט באַשריבן פֿאַרן צונויפֿגעזאַמלטן עולם, פֿון אַרום צוויי טויזנט מענטשן, די געשעענישן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם זומער; די נאַכט, וואָס זי מיט נאָך אַנדערע אַקטיוויסטן, האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען אין איין תּפֿיסה-צימער: "רבותי, באַקענט זיך מיט אונדז, די נײַע פֿאַרברעכערס פֿון ישׂראל!" — האָט סתּיו זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר דעם עולם; און דערצו האָט זי קאָנפֿראָנטירט נתניהוס לעצטע אַמעריקאַנער אויפֿטרעטונג מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, זאָגנדיק, אַז "אין דער רעגירונג זענען, ליידער, דאָ אַזעלכע, וואָס פּראָבירן צו פֿאַרשווײַגן די סאָציאַלע באַדערפֿענישן פֿונעם פֿאָלק דורך דער אומפּראָפּאָרציאָנעלער באַטאָנונג פֿון די דרויסנדיקע באַדראָונגען." טילסאָן־טאָמאַס, אַן אַמאָליקער פּראָטעזשע פֿונעם באַרימטן דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר לעאָנאַרד בערנשטיין, שטרעבט אויך, ווי זײַן לערער, צו מאַכן אַ רושם סײַ אין דער וועלט פֿון דער קלאַסישער מוזיק, סײַ אין דער וועלט פֿון פּאָפּולערער מוזיק. טילסאָן־טאָמאַס איז באַקאַנט ווי דער דיריגענט פֿון דער "סאַן־פֿראַנציסקאָ־סימפֿאָניע", און דער גרינדער און קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער "נײַער וועלט־סימפֿאָניע"; אַן אָרקעסטער פֿון ייִנגערע מוזיקער, מיט וועלכן ער דיריגירט אין דער פֿאָרשטעלונג. אָבער אַ מאָל איז ער געווען אַ קליין ייִנגל אויף זײַן באָבע בעסיס שויס, און די באָבע האָט אים דערציילט וועגן איר לעבן און וווּנדערלעכע מעשׂיות וועגן דעם ייִדישן טעאַטער. זײַן טאַטע און פֿעטער פֿלעגן אויך אויסשפּילן סצענעס פֿאַר אים אין זייער היים און אים באַקענען מיט די באַקאַנטסטע לידער. טילסאָן־טאָמאַס האָט אָנגעשריבן דעם סקריפּט און איז דער נאַראַטאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וואָס מע האָט פֿילמירט אין אַפּריל 2011, אינעם "נײַער וועלט־צענטער" אין מיאַמי־ביטש. שוין אין 1998 האָט טילסאָן־טאָמאַס געשאַפֿן דעם "טאָמאַשעווסקי־פּראָיעקט" צו זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן זײַן זיידע־באָבע פֿון איבער דער וועלט. ווײַנטרויבן עסט דער מענטש שוין טויזנטער יאָרן; און ווײַן טרינקט ער אויך כּמעט אַזוי לאַנג. ווײַן מאַכט מען אין אַ היפּשן חלק אייראָפּע: פּאָרטוגאַל, שפּאַניע, איטאַליע, (דרום-)פֿראַנקרײַך, (דרום-)דײַטשלאַנד, גרעקנלאַנד, אונגערן, רומעניע, מאָלדאָווע, גרוזיע. אין די שייכדיקע לשונות זענען די ווערטער פֿיל-ווינציקער אידענטיש. נאָר דאָ איז דאָ אַ פּאַראַדאָקס פֿון דער לינגוויסטיק: אויב אין אַזוי פֿיל לשונות — ווי אויך דאָס לשון-קודשדיקע "יין" — זענען די ווערטער אידענטיש, וואָלט דעם הדיוט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז אַ סימן קרובֿישאַפֿט צווישן די לשונות. דעם שפּראַך-היסטאָריקער, אָבער, פֿאַלט אײַן עפּעס אַנדערש — אַז דאָס איז גיכער אַ ראַיה, אַז די לשונות האָבן זייערע אַלע ווערטער אַנטליגן פֿונעם זעלבן מקור. פֿאַר וואָס? וואָרן אויב דאָס וואָלטן געווען קרובֿישע ווערטער, וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט דורך הונדערטער צי טויזנטער יאָרן פֿון איין אָבֿ, וואָלטן זיי נישט געווען אידענטיש, נאָר בלויז ענלעך = אַ שטייגער, די ווערטער פֿאַר ׳ברודער׳ איבער דער אינדאָאייראָפּעיִשער משפּחה: דײַטשיש Bruder, ענגליש brother, לאַטײַניש frater, גרעקיש frater (׳מאָנאַך׳), רוסיש brat, סאַנסקריטיש bhratar אאַז״וו. די פֿאָרשערס רעכענען אַזוי: די ווערטער פֿאַר ׳ווײַן׳ נעמען זיך אַלע פֿון אַ לשון וואָס מע האָט גערעדט אין דרום-אייראָפּע מיט טויזנטער יאָרן צוריק, נאָך איידער אויפֿן קאָנטינענט האָבן זיך באַוויזן די אינדאָאייראָפּעער. דורך די רוימער האָט זיך דאָס וואָרט ווײַט צעשפּרייט, נאָך ווײַטער ווי די שטחים וווּ מע מאַכט ווײַן: פֿון איין זײַט ביז אירלאַנד און וויילס, פֿון דער אַנדערער — ביז רוסלאַנד, גרוזיע און ארץ-ישראל. (ס׳איז, אָבער, נישט דערגאַנגען ביז אינדיע און איראַן, אַ פּנים, ווײַל דאָרטן איז ווײַן נישט געווען קיין אָנגענומענער געטראַנק.) |