Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

פֿאַראייניקטע שטאַטן. — פֿופֿצן פֿירער פֿון אַמעריקאַנער קירכן און אַנדערע רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס האָבן מאָנטיק אָנגעשריבן אַ בריוו, אין וועלכן זיי רופֿן דעם קאָנגרעס צו באַטראַכטן, צי די אַמעריקאַנער רעגירונג זאָל ווײַטער געבן ישׂראל די מיליטערישע שטיצע. די מחברים פֿונעם בריוו בעטן דעם קאָנגרעס דורכצופֿירן אַן אויספֿאָרשונג, כּדי צו באַשטימען, צי די שטיצע פֿונעם ישׂראלדיקן מיליטער קומט, מעגלעך, אין סתּירה מיט די אַמעריקאַנער געזעצן וועגן די אויסערן־באַציִונגען און וואָפֿן־האַנדל. אין אַזאַ פֿאַל, האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן נישט קיין געזעצלעכע רעכט צו העלפֿן דעם צה״ל.
דער בריוו איז אונטערגעשריבן געוואָרן דורך די פֿירער פֿון דער לוטעראַנער און מעטאָדיסטישער קירך, פֿון די "פֿאַראייניקטע קירכן פֿון קריסטוס" ("UCC") און פֿונעם "נאַציאָנאַלן ראַט פֿון קירכן". אין דער בקשה ווערט באַמערקט, אַז די דערמאָנטע אָרגאַניזאַציעס האָבן געאַרבעט מיט די פּאַלעסטינער קריסטן, כּדי צו העלפֿן זיי דערגרייכן שלום און אויפֿשטעלן אַ בעסערע בירגערלעכע געזעלשאַפֿט. די מחברים האָבן באַטאָנט, אַז זיי זענען שטאַרק פֿאַרזאָרגט וועגן דעם קריטישן מצבֿ אין ישׂראל און אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, וואָס ווערט, לויט זייער מיינונג, אַלץ ערגער. די גײַסטיקע פֿירער האַלטן, אַז די אַמעריקאַנער שטענדיקע מיליטערישע שטיצע האָט געשפּילט אַ ראָלע אינעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט.
אַ צאָל ייִדישע גרופּעס זענען אַרויסגעטראָטן מיט אַ קריטיק קעגן דעם בריוו. סטיוו גוטאָוו, דער פּרעזידענט פֿון דעם "ייִדישן ראַט פֿאַר עפֿנטלעכע ענינים" ("JCPA"), האָט געזאָגט, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג שטיצט ישׂראל צוליב אירע אייגענע זיכערהייט־אינטערעסן, און דערפֿאַר האָט זי דאָס רעכט דאָס צו טאָן, לויט זײַן מיינונג. די "רבנישע אַסאַמבלעע" פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג האָט געזאָגט, אַז מע דאַרף באַטראַכטן, צי מע זאָל ווײַטער פֿירן בשותּפֿותדיקע איניציאַטיוון מיט די קריסטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן אונטערגעשריבן דעם בריוו.


געשיכטע

לעאָ פֿראַנק
אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער לינטשערײַ פֿון לעאָ פֿראַנק — אַ ייִדישער פֿאַרוואַלטער פֿון אַ בלײַער־פֿאַבריק און דער פּרעזידענט פֿונעם אַטלאַנטע־צווײַג פֿון "בני־ברית" אין מאַריעטע, דזשאָרדזשיע — אין יאָר 1915, איז פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך פֿאַרקויפֿט געוואָרן דורכן ליציטאַציע־הויז "סאָטביס" פֿאַר 3,125$.
אויף דער צווייטער זײַט פֿונעם בילד איז מיט אַ בלײַער אָנגעשריבן: "דאָס אויפֿהענגען לעאָ פֿראַנק".
פֿראַנק, וועלכער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט פֿאַרן דערהרגענען אַ ווײַסע, נישט־ייִדישע אַרבעטאָרין פֿון זײַן פֿאַבריק, די 13־יאָריקע מערי פֿייגען, איז דער איינציקער ייִד, וואָס איז אַמאָל געלינטשט געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿון אָנהייב אָן האָבן ס׳רובֿ מענטשן געהאַלטן, אַז פֿראַנק איז אומשולדיק, און אַז אַ שוואַרצער סטרוזש פֿון דער פֿאַבריק, דזשים קאָנלי, האָט דערהרגעט פֿייגען. ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער לינטשערײַ, איז מיט דרײַ חדשים שפּעטער, ערבֿ־דאַנק־טאָג, באַנײַט געוואָרן די ראַסיסטישע אָרגאַניזאַציע "קו־קלאָקס־קלאַן", און שפּעטער איז געגרינדעט געוואָרן די "אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע".
דער פֿאַרקויפֿער פֿונעם בילד, אַ פּריוואַטער זאַמלער אין ניו־יאָרק, וועלכער האָט געבעטן צו בלײַבן אַנאָנים, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט געקויפֿט די פֿאָטאָגראַפֿיע מיט יאָרן צוריק, און זעענדיק, אַז ער וועט עס קיין מאָל נישט אויסשטעלן אין זײַן הויז ("ס׳איז צו מאַקאַבריש," האָט ער באַמערקט), האָט ער זיך געוואָנדן צו די גרעסטע ליציטאַציע־הײַזער, אָבער זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט. "די טעמע איז צו קאָנטראָווערסיעל," האָט ער געזאָגט.


פּערזענלעכקײטן
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַבֿי האָפֿמאַן אין דער ראָלע פֿון איציק מאַנגער
פֿאַרן קריטיקער איז אַוודאי אַן אומגליק צו רעצענזירן אַ גוטע פּיעסע. די גאַנצע איראָניע, וואָס קומט אים צו נוץ ווען ער לאַכט אָפּ פֿון שונדישע און שלימזלדיקע פֿאָרשטעלונגען, וועלן אים דאָ ניט העלפֿן. ער קען ניט קומען מיט טענות וועגן דעם וואָס טויג ניט, אָדער מיט עצות, ווי אַזוי ער, דער קריטיקער, וואָלט עס געמאַכט, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך בעסער. וועגן דעם מצבֿ פֿונעם הײַנטיקן טעאַטער אָדער פֿון דער אַלגעמיינער קולטור קען ער זיך אויך ניט באַקלאָגן. איז וואָס זאָל ער טאָן, חוץ דעם זיצן נעבעך מיט אַראָפּגעלאָזטע הענט און שווײַגן?
ניין, אַזוי קען ניט זײַן. אַז דער קריטיקער זעט עפּעס גוטס, דאַרף ער מודה זײַן דעם גאַנצן אמת און זאָגן אָפֿן פֿאַר אַלעמען פּשוט: ס׳איז טאַקע גוט. און שוין! מער ווילט זיך ניט שרײַבן. ער קען שוין אַריבערגיין אויף אַן אַנדער טעמע.
אָבער עס מאַכט זיך אַ מאָל, אַז ער זעט עפּעס וואָס איז ניט סתּם גוט, נאָר זייער, זייער גוט, ממש אַן אויסנאַם, וואָס אַזוינס האָט ער נאָך קיין מאָל אין זײַן לעבן ניט געזען. אין דעם פֿאַל האָט ער ווידער מזל, ווײַל וועגן אַזאַ פּיעסע איז יאָ דאָ וואָס צו זאָגן. און אַזאַ פּיעסע איז "זכרונות פֿון אַ פֿאַרלוירענעם פּאָעט: דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון איציק מאַנגער", געשריבן פֿון מרים האָפֿמאַן, וואָס אַבֿי האָפֿמאַן האָט געשפּילט פֿיר מאָל, פֿונעם 9טן ביזן 12טן סעפּטעמבער, בײַ דער "פֿאָלקסבינע".
איציק מאַנגער איז כּידוע ניט געווען קיין גרויסער צדיק. דערפֿאַר אָבער שטעלט מיט זיך פֿאָר זײַן לעבן און שאַפֿן אַן אינטערעסאַנטן מאַטעריאַל פֿאַר דער בינע. דאָס בילד אַליין איז געשמאַק איבערצודערציילן: אַ גרויסער שרײַבער טענהט זיך אויס מיט גאָט און מיט זיך אַליין, טרינקט דערבײַ אויס אַ פֿלעשל ווײַן, און זינגט פֿאַרן עולם וועגן זײַנע אַוואַנטורעס. אָבער אַ בילד אַליין איז ניט גענוג אין טעאַטער, עס ווענדט זיך אינעם שפּילן און זינגען. אַבֿי האָפֿמאַן טוט אָן די ראָלע פֿון מאַנגער ווי אַ זײַדענע הענטשקע, זי פּאַסט אים זייער. ער ווייסט תּמיד די גרענעץ צווישן שפּילן און ליצנות, אַפֿילו ווען ער שפּילט אַ שיכּור. דער עולם פֿאַרלירט קיין מאָל ניט די עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג און פֿילט מיט די גאַנצע צײַט.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוליאַ קיסינאַ.
"פֿרילינג אויף דער לבֿנה".
סאַנקט־פּעטערבורג, "אַזבוקאַ", 2012



יוליאַ קיסינאַ האָט זיך קונה־שם געווען אין דײַטשלאַנד און אייראָפּע מיט אירע אַוואַנגאַרדיסטישע קינסטלערישע און פֿאָטאָגראַפֿישע קאָמפּאָזיציעס. זי ברענגט צונויף ליכט און שאָטנס, בלוטיקע פֿלייש און נעפּלדיקע וואָלקנס. געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין קיִעוו, האָט זי אָנהייב 1990ער יאָרן עמיגרירט קיין דײַטשלאַנד און געהערט הײַנט צו די סאַמע פּראָמינענטע מאָדערנע אייראָפּעיִשע קינסטלער.
אינעם אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "פֿרילינג אויף דער לבֿנה" דערציילט קיסינאַ וועגן אירע קינדער־יאָרן אויפֿן פּאָדאָל, דער אַלטער אָרעמער ייִדישער געגנט אין קיִעוו. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ מאָדערנער קינסטלערין, מישט זי די ווירקלעכקייט צונויף מיט דער פֿאַנטאַזיע. איר קינדהייט איז געווען דורכגעזאַפּט מיטן "גײַסט פֿון דער שטענדיקער צעשטערונג און צעשפּאַלטונג", וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף איר ווײַטערדיקן לעבן.
קיסינאַ שילדערט פֿאַרן לייענער איר אייגענעם קיִעוו פֿון די 1970ער יאָרן, ווען די אַלטע געגנטן, אַזעלכע ווי פּאָדאָל, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, זײַנען בהדרגה חרובֿ געוואָרן, און זייערע תּושבֿים האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין נײַע דירות אין גרויסע נײַ־געבויטע סאָוועטישע געבײַדעס אויף דער לינקער זײַט פֿונעם דניעפּער׃ "מיט דער צײַט האָט מען אַראָפּגעטראָגן די שטאָט און אויף איר אָרט אויפֿגעבויט אַ גאַנץ אַנדערע שטאָט. און אַזוי איז עס געשען אַ סך מאָל, און דערפֿאַר וועט קיינער די שטאָט שוין קיין מאָל ניט דערקענען."


ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם זמן לערן איך אַ קורס מכּוח רוסיש-ייִדישער געשיכטע. איז געקומען די וואָך, וואָס איך האָב אויסגעטיילט פֿאַר דער געשיכטע פֿון ייִדישע צײַטונגען, און פּלוצעם האָב איך דערזען, אַז פּונקט אין דער צײַט קען מען פֿײַערן דעם 150סטן יוביליי פֿון דער ייִדישער פּרעסע: דעם 11טן אָקטאָבער 1862 איז אין אָדעס אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער צײַטונג “קול-מבֿשׂר". אַזאַ יובֿל דאַרף מען, פֿאַרשטייט זיך, אָפּמערקן ניט “צופֿעליק", ווי דאָס האָט זיך באַקומען אין מײַן פֿאַל. אַזוי צי אַזוי, איז עס אַ גוטער תּירוץ זיך דערמאָנען, ווי אַזוי די גאַנצע מעשׂה האָט זיך אָפּגעשפּילט.
געשען איז עס אין אָדעס, וואָס איז בכלל געווען אַ יוצא-מן-הכּלל צווישן רוסישע שטעט, מחמת משׂכּילים האָבן דאָרטן מער ווי אין אַנדערע ייִשובֿים געשפּילט די ראָלע פֿון דעה-זאָגערס. ערשטנס, איז זייער צאָל געווען אַ היפּשע, עס האָבן זיי אַהין צוגעצויגן די עקאָנאָמישע מעגלעכקייטן פֿון דעם נײַעם ים-פּאָרט. צווייטנס, איז אָדעס געווען אַ נײַע שטאָט, געגרינדעט אין יאָר 1794. דאָס האָט געמיינט, אַז קיין שטאַרקער, אַלטגעזעסענער ייִדישער טראַדיציאָנעלער עסטאַבלישמענט איז אין אָדעס ניט געווען.
צווישן די אָנגעפֿאָרענע ייִדן איז געווען אויך אַלכּסנדר צעדערבוים — אַ געבוירענער אין זאַמאָשטש, לובלינער גובערניע. זאַמאָשטש האָט זיך געפֿונען ניט ווײַט פֿון דער דײַטשישער גרענעץ, אַזוי אַז אידעען פֿון דער מענדעלסאָנישער השׂכּלה האָבן געדאַרפֿט דורכמאַכן זייער אַ קליינעם וועג, כּדי אָנשטעקן דעם היגן עולם. צעדערבוימס פֿאָטער איז געווען אַ זייגערמאַכער, אָבער אויך אַ למדן און אַ משׂכּיל. אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה האָט אַלכּסנדר באַקומען אַ גוטע צוגרייטונג סײַ אין ייִדישע זאַכן, סײַ אין אַלגעמיינע לימודים. ער האָט גוט זיך אויסגעלערנט פּויליש און דײַטש, האָט אונטערגעכאַפּט אַ ביסל פֿראַנצויזיש, אָבער מער פֿון אַלץ — העברעיִש.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קאָן זאָגן, אַז די לעצטע צוויי פּרשיות אין דער תּורה זענען די סאַמע פּאָעטישע און די סאַמע "פּערזענלעכע" אינעם גאַנצן חומש. די פּרשה "האזינו" שטעלט מיט זיך פֿאָר, כּמעט אינגאַנצן, אַ לאַנגע פּאָעמע פֿון 70 שורות, אין וועלכער משה רבינו דערמאָנט דעם ייִדישן פֿאָלק וועגן זייער בונד מיטן אייבערשטן, זאָגט זיי אָן אָפּצוהיטן די מיצוות און זאָגט פֿאָרויס פֿאַרשיידענע ברכות און צרות, וואָס וועלן זיי אָנטרעפֿן אין דער צוקונפֿט, ווי אַ רעזולטאַט פֿון זייערע גוטע און שלעכטע מעשׂים. משה רבינוס מוסר־דרשה איז אָנגעשריבן אין אַן אומגעוויינטלעכער פּאָעטישער שפּראַך, וואָס קלינגט פֿילדײַטיק, עטוואָס אומקלאָר און לאָזט זיך אָפּגעטײַטשט צו ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.
רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער שרײַבט, אַז אין די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן האָט משה פֿאַרלוירן זײַן פֿעיִקייט איבערצוגעבן זײַן נבֿואה אויף אַ דײַטלעכן אופֿן, דערפֿאַר זעט זײַן פּאָעמע אויס ווי אַ בילד, אָפּגעשלאָגן אין אַ טונקעלן שפּיגל — "אַספּקלריא שאינו מאירה". מע קאָן אָבער זאָגן פּונקט פֿאַרקערט, אַז די צוויי לעצטע שלוס־סדרות אין דער תּורה זענען די העכסטע קולמינאַציע פֿון משהס נבֿואה — דערפֿאַר קלינגען זיי באַזונדערס מיסטיש און פּאָעטיש.
געוויסע מפֿרשים האַלטן, אַז אינעם פֿאַרשרײַבן די דאָזיקע פּאָעטישע פּסוקים האָבן זיך באַטייליקט זיבעציק זקנים פֿון משהס דור, הגם די אַנדערע רבנים וואָלטן באַטראַכט אַזאַ ווערסיע ווי אַ קאָנטראָווערסאַלע און האַלטן, אַז משה אַליין האָט פֿאַרשריבן די גאַנצע תּורה, פֿון אָנהייב ביזן סוף, אות נאָך אות, לויט אַ דירעקטער אַנטפּלעקונג פֿונעם באַשעפֿער. אינעם ספֿר־הזוהר שטייט געשריבן, אַז משה רבינו האָט אַליין מחבר געווען דעם גאַנצן חומש "דבֿרים"; זײַנע אייגענע ווערטער זענען אָבער בעצם געווען נבֿיאישע. אַזוי צי אַזוי, זעען מיר אין דער פּרשה "האזינו" באַזונדערס קלאָר, ווי דער מענטשלעכער אַספּעקט פֿונעם וועזן ווערט צונויפֿגעפֿלאָכטן אויף אַ מיסטעריעזן אופֿן מיטן ג־טלעכן ליכט.