Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די וועלט האָט שוין ווידער וועגן וואָס צו זאָרגן: וואָס טוט מען מיט די צוויי טעריטאָריעס אין דער געוועזענער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמער געגנט, וואָס האָט זיך צעשפּאָלטן אויף צוויי אַדמיניסטראַטיווע טיילן, בראָש מיט "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס"? און אויב ביז אַהער האָבן די צענדליקער פּלענער־פּרימאָטשקעס געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס, האָבן די פּאָליטיקער — די וועלט־רופֿאים, סײַ פֿון מערבֿ און סײַ פֿון מיזרח, זיך געלאָזט איצט ווײַטער אויסצוטראַכטן נײַע "רפֿואות" און "סגולות" פֿאַר די פּאַלעסטינער. אַלע זײַנען אַזוי פֿאַרכאַפּט מיט דער דאָזיקער קרענק, אַז מ‘האָט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן נאָך איין צד — די אַזוי גערופֿענע ישׂראל־אַראַבער, דאָס הייסט, בירגער פֿון ישׂראל פֿונעם אַראַבישן אָפּשטאַם.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


עס איז לײַכטער פֿאַר מענטשן
צו טוישן די פֿראָנטן
איידער די האָריזאָנטן
(סטאַניסלאַוו יעזשי לעץ)


דער מיטעלער מיזרח איז הײַנטיקע וואָך איבערגעקומען נאָך אַ "שפּיצן-קאָנפֿערענץ" פֿון די פֿיר מנהיגים, וואָס זענען אַנגאַזשירט אין דעם "פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט" — דאָס מאָל אָן דעם "ביג באָס",


קינאָ
פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קאָלאַזש "טבֿיה דער מילכיקער" פֿון ליוסיע קאָטליאַר

איך בין זיכער, אַז יעדער אָפּשטאַמיקער פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאַוויע און בכלל פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט באַזוכט לעצטנס די אויסשטעלונג אין Central Queens YM & YWHA, וווּ מע קאָן זען די קונסט־ווערק פֿון די מאָלער און סקולפּטאָרן, געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, — וועט באַלד אויסשרײַען: "ס‘איז דאָך מײַן שטעטעלע!"


װעלט פֿון ייִדיש
ריטשאַרד קאָרב פֿירט אָן מיטן סעמינאַר

פֿונעם 18טן ביזן 22סטן יוני, בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט "יוגנטרוף" דורכגעפֿירט איר ערשטן לערער־סעמינאַר. ברוכה קאַפּלאַן האָט געהאַט פּלאַנירט דעם סעמינאַר שוין מיט עטלעכע יאָר צוריק, נאָך דעם ווי "יוגנטרוף" האָט באַקומען פֿאַר אים געלט פֿון די פֿישמאַן־ און לעווינסאָן־פֿונדאַציעס; מיט דער הילף פֿון שבֿע צוקער און נעמי קאַדאַר, האָט זי דעם פּלאַן, סוף־כּל־סוף, טאַקע רעאַליזירט. באַטייליקט האָבן זיך אַרום צוואַנציק מענטשן, סײַ דערפֿאַרענע ייִדיש־לערער פֿון שולן און אוניווערסיטעטן, סײַ אַוואַנסירטע סטודענטן, וואָס האָבן נאָך נישט אָנגעהויבן זייערע קאַריערעס ווי לערערס.


דאָס פּינטעלע ייִדיש
פֿון שחר פּינסקער (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די גרופּע "יונג־ישׂראל" מיט זייער גײַסטיקן מורה־דרך אַבֿרהם סוצקעווער (זיצט דער דריטער פֿון רעכטס)

וואָס איז אַזוינס אַ ליטעראַרישער צענטער? און וואָס באַדײַט דער דאָזיקער באַגריף אינעם גערעם פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט אינעם דעליקאַטן קאָנטעקסט פֿון ייִדיש אין מדינת־ישׂראל? די דאָזיקע ברייטע פֿראַגעס האָבן אַ דירעקטע שײַכות צו דער ליטעראַרישער גרופּע "יונג־ישׂראל", וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1951 און געווען טעטיק ביז די אָנהייב 1960ער יאָרן.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלק, דער קעניג פֿון מואב, האָט גערופֿן בלעם, אַ באַרימטן "נעגאַטיוון נבֿיא" און מכשף, גורם צו זײַן אַ גײַסטיקן היזק די ייִדן. בלק האָט געשיקט צו בלעם די פֿירער פֿון מואב און מדין, בעטנדיק צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק; דער אייבערשטער האָט אָבער אָנגעזאָגט בלעמען, ער זאָל עס נישט טאָן, ווײַל די ייִדן זענען אַ געבענטשט פֿאָלק. בלק האָט ווידער געשיקט אַ דעלעגאַציע צו בלעם, וואָס איז באַשטאַנען פֿון נאָך מער חשובֿע פֿירער, און אים נאָכאַמאָל געבעטן צו שעלטן די ייִדן.