Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער אמתער "בערמודער דרײַעק", וואָס געפֿינט זיך אין אַטלאַנטישן אָקעאַן, צווישן די בערמודער אינדזלען, פּוערטאָ־ריקאָ און פֿלאָרידע, איז גוט באַקאַנט, ווי אַן אָרט, וווּ עס לויערט די סכּנה איבער די שיפֿן אומגעבראַכט אָדער פֿאַרשוווּנדן צו ווערן. דער באַגריף "בערמודער דרײַעק" ווערט אָבער אויך באַנוצט, ווי אַ מעטאַפֿאָר, ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַ פֿאַרשאָלטן אָרט, וווּ קיין אויסוועג פֿון דעם איז כּמעט אוממעגלעך צו געפֿינען.


דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו און גענאַדי עסטרײַך
בית־עולם אין מאָלעוו (פֿאָטאָ פֿון אַנאַ קושקאָוואַ)

אונדזער מיטאַרבעטער, מיכאל קרוטיקאָוו, האָט לעצטנס געשריבן אין זײַנע צוויי אַרטיקלען וועגן דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע, אָרגאַניזירט דורכן פֿאָרשונג־צענטער "פּעטער­בורגער יודאַיִקאַ". די אַרטיקלען האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס בײַ אונדזערע לייענער. דעריבער האָבן מיר זיך געוואָנדן צו עטלעכע מיטבאַטייליקטע אין דער עקספּעדיציע זיך צו טיילן מיט זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע אײַנדרוקן און אַנטפּלעקונגען בשעת זייער פֿאַרכאַפּנדיקער נסיעה אויף די שפּורן פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן אין פּאָדאָליע.


געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Steven E. Aschheim. Beyond the Border: The German-Jewish Legacy Abroad. Princeton University Press, 2007.

דאָס נײַע בוך פֿונעם באַקאַנטן היסטאָ­ריקער, פּראָפֿעסאָר פֿונעם העברעיִשן אוני­ווער­סיטעט, סטיווען אַשהיים, איז גע­וויד­מעט דער אינטעלעקטועלער און קול­טורע­לער ירושה פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן "גלות". זײַנע העלדן זײַנען געבוירן גע­וואָרן אין דײַטשלאַנד און האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿאַרן חורבן. אַשהיים, איינער פֿון די גרעסטע לעבעדיקע מומחים פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער געשיכטע, איז דערצו נאָך אַ פֿײַנער שרײַבער און אַ שאַרפֿ­זיניקער אַנאַליטיקער.


ייִדיש־וועלט, ‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאיר סמאָלקין און סילוויאַ שימאַנסקאַ־סמאָלקין

פֿונעם 6טן ביזן 17טן אויגוסט איז אין שטראַסבורג פֿאָרגעקומען אַ זומער-קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור — אַ טייל פֿון דער ראָטאַציע־פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר אין פּאַריז, שטראַסבורג אָדער בריסל. 44 תּלמידים פֿון פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, ישׂראל, אַרגענטינע, קאַנאַדע, שפּאַניע, דײַטשלאַנד, און — אַ דאַנק אַ ספּעציעלער סטיפּענדיע פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע סטודענטן — אויך ניט ווייניק תּלמידים פֿון רוסלאַנד און פּוילן,


ייִדיש־וועלט, פֿאַרשײדנס
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינע פֿון די גרעסטע מעלות פֿון דער אינטערנעץ איז די גרויסע צאָל "אָנלײַן"-ביבליאָטעקן, וווּ מע קען אָפּגעפֿינען אַ סך ביכער און אַרטיקלען, אַרײַנגערעכנט אַ סך באַקאַנטע, ווי אויך ווייניק-באַקאַנטע ליטע­ראַטור-ווערק, וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען און אַנדערע נייטיקע אינפֿאָרמאַציע־רע­סורסן. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, קענען די שרײַבער, היסטאָריקער, ליטעראַטור-פֿאָר­שער און אַנדערע מענטשן, וואָס זייער פֿאַך פֿאָדערט אַ שטענדיקן צוטריט צו אַ סך טעקסטן,


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון "ביכּורים" — די ערשטע פּירות פֿונעם יערלעכן גערעטעניש, וואָס מע פֿלעגט ברענגען די כּהנים אינעם בית-המיקדש; מ׳האָט געבראַכט בלויז די זיבן מינים פֿרוכטן און תּבֿואה, מיט וועלכע עס ווערן באַרימט ארץ-ישׂראל, ווי עס שטייט אין דער תּורה: ווייץ, גערשטן, טרויבן, פֿײַגן, טייטלען, איילבערטן און מילגרוימען.