- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַוודאי מוז מען וועגן דעם שרײַבן — אַ קלייניקייט, אַ גאַנצער גובערנאַטאָר פֿון אַזאַ וויכטיקן שטאַט ווי ניו־יאָרק, עליאָט ספּיצער, האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אויף נואפֿן (גענוי וועגן דעם לייענט אויף ז‘ 2). ווער רעדט נישט די וואָך וועגן דעם?! נישט, חלילה, מ‘איז אויפֿגעבראַכט געוואָרן דערמיט, וואָס דער גובערנאַטאָר האָט באַזוכט אַ באָרדעל — נישט ער איז דער ערשטער, און נישט ער איז דער לעצטער צווישן די הויכגעשטעלטע טשינאָווניקעס. אַמעריקע האָט שוין געזען אַ פּרעזידענט אויך, וואָס שלאָפֿן נישט נאָר מיטן אייגענעם ווײַב.
איך האָב אַ זעקל מעל!
אינטערוויו מיט הרבֿ ירחמיאל ווײַס, דירעקטאָר פֿון דער “מרכּז־הרבֿ"־ישיבֿה. דעם אַרטיקל האָט אונדזער קאָרעספּאָנדענט צוגעשיקט אין רעדאַקציע עטלעכע טעג פֿאַר דעם, ווי אין דער ישיבה “מרכּז־הרבֿ" איז געשען די בלוטיקע שחיטה, וועגן וועלכער עס שרײַבט פֿון ירושלים מרדכי דוניץ. בעת אונדזער אויפֿגאַבע צו שרײַבן וועגן דעם רעליגיעזן לעבן אין ישׂראל, האָבן מיר נישט געקאָנט פֿעסטשטעלן גענוי וויפֿל ישיבֿות עס זענען בײַ אונדז פֿאַראַן. געווען אַזעלכע וואָס האָבן געזאָגט — טויזנטער, נאָר מיר האָבן געענטפֿערט, אַז דאָס שײַנט צו זײַן איבערגעטריבן. דאָס וואָרט "קלעזמער" איז געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע אין די לעצטע צוואַנציק־דרײַסיק יאָר. כאָטש דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַ העברעיִש־ייִדישן אָפּשטאַם, איז זײַן באַטײַט אינעם אַמעריקאַנישן לשון אַנדערש פֿונעם אַלט־פֿרענקישן "כּלי־זמר". "קלעזמער" באַטײַט ניט סתּם אַ מוזיקאַנט, נאָר אַ גאַנצן לעבנס־שטייגער. יונתן פֿרידמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ענגליש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען, האָט זיך באַנוצט מיט אָט דעם באַגריף, כּדי צו באַשרײַבן זײַן וויזיע פֿון ייִדן אינעם אַמעריקאַנער לעבן. קיין גרויסן חשק זיך אָפּצושטעלן בײַ דער מומען האָט רייטשעל נישט געהאַט, אָבער קיין אַנדערע מעגלעכקייטן האָט זי דערווײַל אויך נישט געזען. דערצו האָט די מאַמע זיך אײַנגעשפּאַרט, אַז אויב נישט בײַ דער שוועסטער, וועט זי רייטשעל אין גאַנצן נישט לאָזן פֿאָרן קיין ישׂראל. די וואָך הייבן מיר אָן צו לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש, אָנגערופֿן נאָך דער הײַנטיקער פּרשה, "ויקראָ", אין וועלכער עס ווערן, דער עיקר, דערקלערט אַ ריי מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט קרבנות. לויט דער מסורה, זענען געוויסע אותיות אין דער תּורה גרעסער אָדער קלענער פֿון דער געוויינטלעכער מאָס; דאָס וואָרט "ויקראָ" ווערט פֿאַרשריבן מיט אַ קליינעם אַלף. אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער פּרשה שטייט, אַז דער אייבערשטער האָט גערופֿן משה רבינו, אָנצוזאָגן די מיצוות פֿון קרבנות. |