Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דאָס וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אויפֿן מיטעלן מיזרח אַרום ישׂראל און אירע נאָענ­טע און ווײַטע שכנים; די פֿאַנאַטי­שע אײַנגעשפּאַרטקייט מצד דער פֿונדאַ­מענ­טאַליסטישער פֿירערשאַפֿט פֿון טעהעראַן מיט איר נוקלעאַרער פּראָגראַם, שטעלט אַוועק ישׂראל און די ייִדן אין דער וועלט פֿאַר אַ נײַער סכּנה. אויב דעמאָלט, פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה,


ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ זײַט פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ־טראַנסמיסיע אין שוועדן פֿאַר קינדער

ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף ייִדיש זענען שוין לאַנג ניט קיין נײַעס, נאָר געוויינט­לעך ווערן זיי טראַנסמיטירט פֿאַר דערוואַקסע­נע, אין גרעסערע ייִדישע ייִשובֿים מיט קאָנ­צענטרירטע ייִדישע באַפֿעלקערונגען. שוועדן איז אין דעם פֿאַל אַ יוצא־מן־הכּלל. די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז לפֿי־ערך קליין, און די "ייִדיש־ייִדישע", נאָך קלענער. אָבער מיט עטלעכע יאָר צוריק (2005) איז ייִדיש געוואָרן אויסגעקליבן ווי איינע פֿון די פֿינף "אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־לשו­נות" פֿונעם לאַנד, ווי אַן אָנערקענונג פֿונעם פֿאַקט, אַז מען רעדט שוין דאָרטן ייִדיש מער ווי 400 יאָר!


פּאָליטיק, קהילה־לעבן

געוויינטלעך, ווען דער אַמעריקאַנער ראַט פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים ("אַר־סי־איי") גיט אַרויס אַ נײַע תּקנה, הערט מען דאָ און דאָרט אַ פּראָטעסט פֿון געוויסע רבנים אין דער אָרגאַניזאַציע, אָבער מיט דער צײַט בעט מען זיך איבער, אָדער די אָפּאָזי­ציע שלינגט עס אַראָפּ, צוליב שלום־בית.

אָבער ווען דער אַמעריקאַנער רבנים־ראַט האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר געמאָלדן אַ פֿולשטענדיקע ענדערונג אין איר פּאָליטיק וואָס שייך דעם גיור־פּראָצעס, האָט עס אַרויסגערופֿן אַזאַ פּראָטעסט מצד אַ צאָל אָנגעזעענע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿירער, אַז עס קאָן מיט דער צײַט ממש צעשפּאַלטן די אַמעריקאַנער רבנים־געזעלשאַפֿט.


‫רעפּאָרטאַזשן
די אויפֿשריפֿט אויף מײַן עלטער־זיידנס (יונה פֿישבאַך) מצבֿה אין זוויניעטשקע

זיבעטער טייל — באַמערקונגען און פֿאַרגעסענע מאָמענטן

צוליב אַ דוחק אין פּלאַץ אויף דער געדרוקטער זײַט, זענען געוויסע מאָמענטן אָדער אָבסערוואַציעס אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער סעריע אין די פֿריִערדיקע זעקס וואָכן. האָב איך געבעטן נאָך אַ קאַפּיטל, כּדי צו דער­ציילן דעם לייענער נאָך עטלעכע מאָמענטן, קאָמענטאַרן, ווײַזן נאָך עטלעכע בילדער, וואָס זענען נישט אַרײַן ביז אַהער.


פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַז מען האָט געפֿרעגט דעם ישׂראלדיקן שרײַבער אַמנון שמש (שאַמאַש), ווי אַזוי זעט ער די ערשטע 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָט ער געענטפֿערט: “אַ האַלב פֿולע גלאָז — צעפּלאַצט צו ווערן, און אַ האַלב ליידיקע גלאָז — משוגע צו ווערן."

אין מײַן אַרטיקל אין “פֿאָרווערטס" פֿון 9טן מײַ וועגן די 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָב איך, צוליב דער פֿײַערלעכקייט פֿון דער געשעעניש, באַצייכנט די האַלבע פֿולע גלאָז,


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ווערט און הייליקייט פֿונעם מענטשלעכן לעבן איז דער וויכטיקסטער פּרינציפּ אין דער תּורה. אַפֿילו דער ערשטער פֿון די צען געבאָטן, די מיצווה צו גלייבן אינעם אייבערשטן, קאָן אויסגעפֿירט ווערן בלויז דורך לעבעדיקע מענטשן; דאָס לעבן גופֿא, וועזן פֿונעם געוויינטלעכן בשׂר-ודם, איז דער עיקר-יסוד, אויף וועלכן עס האַלטן זיך די גאַנצע תּורה.