Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די בליץ־קריג צווישן רוסלאַנד און גרוזיע צעוואַקסט זיך אין אַ שווערן קריזיס, אין וועלכן עס ווערן אַרײַנגעשלעפּט יעדעס מאָל אַלץ נײַע צדדים. אייגנטלעך, קומט פֿאָר דאָס, וואָס ס‘האָט געזאָלט פֿאָרקומען צווישן רוסלאַנד און דער מערבֿ־וועלט נאָך דעם צווישן־פּעריאָד פֿון אַ צען־פֿופֿצן יאָר, אַ מין קאַראַנטין־צײַט — נאָך דעם קראַך פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דעם ענדגילטיקן פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין מאָסקווער קרעמל פֿון דער נײַער גענעראַציע אַפּאַראַטשיקעס.


קונסט
קלמן פּאָלגער

דער קונסט־אַלבאָם "קאָלירטע מאָטיוון" פֿונעם מאָלער קלמן פּאָלגער נעמט אַרײַן זײַנע לעבעדיקע קאָלירטע אילוסטראַציעס צו די געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער "ה. לייוויק־פֿאַרלאַג" בײַם "פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל" האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך, און די שטאַרקע ליטעראַרישע און קינסטלערישע פֿאַר­בינדונג אינעם ווערק ווערט בולט אַרויס­גע­בראַכט — זײַט בײַ זײַט לעבן די מאָ­לערײַען, דרוקט מען די טעקסטן אויף ייִדיש וואָס דער מאָלער אילוס­טרירט, און שפּעטער אין בוך ווערן אָפּגעדרוקט די העברעיִשע און, צום טייל, ענגלישע איבערזעצונגען.


ליטעראַטור
פֿון לילקע מײַזנער (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ליאָן פֿויכטוואַנגער

דערקענען איז אויך אַ וועלט
מיט טעג און נעכט און זונען
י.י. טרונק — בלעטער אויפֿן ווינט

אין אַ טאָג, אַ האַלב־גרויען, האָב איך באַשלאָסן צו מאַכן אַ פֿרימאָרגן־שפּאַציר, בײַ די ברעגן פֿון פּאַציפֿישן אָקעאַן — די זון האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט און די גרויקייט פֿון טאָג האָט אַרײַנגעבראַכט אַ ספּעציעלע שטימונג, אַ שטימונג פֿון נאָכטראַכטונגען, דערמאָנונגען, פֿראַגן אָן ענטפֿערס.


קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער קעשענעווער ייִדישער קינסטלער מיכאל ברוניאַ אין זײַן סטודיאָ

קעשענעוו איז ניט באַרימט מיט זײַנע קולטורעלע מערקווירדיקייטן. ביז דער אָק­טאָבער־רעוואָלוציע איז דאָס געווען אַ פּראָווינץ־שטאָט אויפֿן ראַנד פֿון דער רו­סי­שער אימפּעריע, דערנאָך אַ רומענישע פּראָווינץ־שטאָט, שפּעטער — די הויפּטשטאָט פֿון דער מאָלדאַווישער סאָוועטישער רע­פּובליק. הײַנטיקע מאָלדאָווע איז די אָרעמס­טע מלוכה אין אייראָפּע, אָבער אַפֿילו דער דאָזיקער פֿאַקט איז ניט ווײַט באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט. מאָלדאָווע עקזיס­טירט פּשוט ניט אויף דער מאַפּע פֿון דער מערבֿדיקער מאַסן־מעדיאַ.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען עס איז אויפֿגעקומען אינעם אַל­טער­טימלעכן גריכנלאַנד דער געדאַנק וועגן אָלימפּישע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן צוריק מיט קרובֿ 2800 יאָר, איז זייער ציל געווען — איבער­צורײַסן די מלחמות און דער­נענ­טערן די צעקריגטע פֿעלקער. און אין יענע צײַטן זענען טאַקע די מלחמות געוואָרן איבער­געריסן ווייניקסטנס אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע, אין וועלכע עס האָט געהערשט דער “ספּאָרטיווער גײַסט" אויפֿן אָרט פֿון דעם גײַסט פֿון מלחמה. אַזוי האָט עס אויך געדאַרפֿט זײַן — און דאָס איז דאָך געווען דער ציל — ווען די אָלימפּיאַדעס זײַנען גע­וואָרן באַנײַט סוף 19טן יאָרהונדערט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"והיה עקבֿ תּשמעון" — "אויב איר וועט זיך צוהערן און אָפּהיטן די מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות". דאָס אומגעוויינטלעכע פֿילדײַטיקע וואָרט "עקבֿ", וואָס ווערט דאָ איבערגעזעצט ווי "אויב", מיינט אויך אַ "פּיאַ­טע". רש״י דערקלערט דעם דאָזיקן פּסוק ווי אַן אָנזאָג מקיים צו זײַן אַלע מיצוות, אַרײַנגערעכנט די, וואָס אַ סך מענטשן איגנאָרירן, "טרעטן אויף זיי מיט זייערע פּיאַ­טעס". דאָס זעלבע וואָרט איז אויך פֿאַרבונדן מיטן נאָמען "יעקבֿ", וועלכער איז מרמז אויף חכמה און קלוגשאַפֿט.