Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער ביטערער זאָג, אַז אויף אַ ייִד זעט מען באַלד, האָט אין אונדזער צײַט באַקומען זײַן גילגול אינעם מויל פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע אינסטאַנצן, דהײַנו: אויף ישׂראל זעט מען באַלד.

ווי אַ ביטערע פּיל, וואָס אי זי היילט נישט, אי זי מאַכט נישט גרינגער, איז געבליבן דער אַזוי גערופֿענער "גאָלדסטאָן־באַריכט" — אַ רעזולטאַט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אויספֿאָרשונג אויף די געשעענישן פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע "צעשמעלצטער בלײַ". אַ דאָקומענט, וואָס ס'איז שווער אים אָנצורופֿן אַן אָביעקטיווער, הגם דווקא אַזאַ וואָלט ער געדאַרפֿט זײַן.


פּאָליטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע פּראָמינענטע סאָציאַליסטן, בתוכם פֿרענק קראָסווייט, מאַקס ווינטער, אַבֿ. קאַהאַן און וויליאַם קאַרלין

איצט רעדט מען און מע שרײַבט אַ סך וועגן די באַמיִונגען פֿון דעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ צו ברענגען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אייניקע פּרינציפּן און מעטאָדן פֿונעם אייראָפּעיִשן סאָציאַליזם. און וועגן דעם, אַז דער אַמעריקאַנער עולם ווערט ממש איבערגעשראָקן פֿון אָט די באַמיִונגען. ווי אַ באַווײַז פֿון דער מורא ברענגט מען די סך-הכּלען פֿון די אַנומלטיקע וואַלן, וואָס האָבן צוגענומען בײַ דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי די דאָמינירנדיקע צאָל ערטער אין סענאַט.


ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אויף אַ קאָנצערט אין פּאַריז: אין מיטן, חיהלע ביר; אויף רעכטס — אָבֿיבֿ ליבֿנת, אויף לינקס — אַריק ליבֿנת.

די לידער פֿון איציק מאַנגער, מיט זייערע וואָרצלען אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿאָלקס־פּאָעזיע, זענען צווישן די קרוינווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. עס זעט אויס, אַז מיט די יאָרן ווערן זיי וואָס מער באַליבט, נישט ווייניקער. די מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג פֿון מאַנגערס "מגילה־לידער" האָט צוגעצויגן טויזנטער נײַער ליבהאָבער צו זײַנע ווערק אין די 1960ער און 1970ער יאָרן; קאָמפּאָזיטאָרן ווי חוה אַלבערשטיין, צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס", האָבן ווײַטער פֿאַרשפּרייט מאַנגערס שם אין די 1980ער און 1990ער יאָרן.


‫אינטערװיוען, מוזיק

דווקא די וואָך האָבן מיר באַקומען אַ פֿריידיקע ידיעה — אונדזער פֿרײַנד יעווגעני קיסין איז צוגעטיילט געוואָרן דער אינטערנאַציאָנאַלער מוזיקאַלישער פּריז "גרעמי — 2010", אינעם אָפּטייל פֿון קלאַסישער מוזיק, ווי דער בעסטער אויספֿירער פֿון פּראָקאָפֿיעווס פּיאַנע־קאָנצערטן (צוזאַמען מיטן דיריגענט וולאַדימיר אַשכּנזי), ננ' 2 און 3. דעם ערשטן "גרעמי"־פּריז האָט ער באַקומען אין 2006.


פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ייִדישע אַגענטור בײַ דער "יו־ען", 1947. אַבא־הלל סילווער (זיצט, צווייטער פֿון רעכטס), און לעבן אים — אָנדריי גראָמיקאָ. הינטער זיי: משה שרת און גאָלדע מאיר

אַז אין מײַ 1947 איז אויף דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון "יו־ען" אַרויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿאַר באַהאַנדלונג די פּראָבלעם פֿון ארץ־ישׂראל, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איבערראַשט די וועלט. אין די צאַרישע צײַטן האָט מען באַשולדיקט די ייִדן אין אָרגאַניזירן קעגן דער מאַכט אומרוען. אין קאָמוניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען די ציוניסטן געווען דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר די פּראָטעסטן פֿון די אינטעלעקטואַלן, און אַנטיציוניזם איז געווען אַן אויסרייד צום אַקטויִרן קעגן די ייִדן און באַגרענעצן זייער רעליגיעזע און קולטורעלע פֿרײַהייט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יתרו, משה רבינוס שווער, האָט דערהערט וועגן די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן פֿאַר די ייִדן, ווען ער האָט זיי אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים. יתרו האָט געשטאַמט פֿון מדין און איז נישט געווען קיין ייִד.

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, אַז יתרו האָט באַשלאָסן זיך מגייר צו זײַן. ער איז געקומען אינעם מידבר, צוזאַמען מיט משה רבינוס ווײַב און צוויי זין. ווען משה האָט זיך אומגעקערט קיין מצרים, כּדי אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק, האָט ער איבערגעלאָזט זײַן משפּחה אין מדין.