- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"די אַראַבישע ליגע" האָט אָנגענומען אַ באַשלוס: אָנהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע פֿון מאַכמוד אַבאַס, מיט דער פֿאַרמיטלונג פֿון אַמעריקע, און אין פֿיר חדשים קומען צו אַ הסכּם. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט געענטפֿערט: "אָ׳קיי!" — זיך אין דעם באַשלוס אָנגעכאַפּט, און באַלד געשיקט קיין ישׂראל אויף אַ באַזוך דעם וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, אַ שטויס צו טאָן דעם שלום־צוג און רירן אים פֿון אָרט. מיט אַ וואָך צוריק איז דער הויפּט־"סטאַר" פֿון דער פּאָליטישער טעאַטער־וואָך אין ישׂראל געווען אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער מנהיג פֿון "ישׂראל ביתּנו". הײַנטיקע וואָך איז דער הויפּט־"סטאַר" געווען דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, וועלכער איז געקומען פֿאַרריכטן דאָס וואָס ליבערמאַן האָט, דירעקט אָדער אומדירעקט, קאַליע געמאַכט. ליבע פֿרײַנד, הײַנט וועל איך אײַך אָפּשילדערן אַ פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט "איבערצײַגונג," אויף ענגליש — Conviction — וואָס שפּילט אין וויקטאָרי גאַרדענס טעאַטער אויף דער 59סטער גאַס, צווישן דער פֿיפֿטער און מעדיסאָן עוועניוס. געשריבן האָט די פּיעסע אורן נימאַן. ער האָט עס, זעט אויס, באַאַרבעט פֿון אַ נאָוועלע מיטן נאָמען "איבערצײַגונג," וועלכע איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן פֿון איינעם וואָס הייסט יונתן בן־נחום און אַדאַפּטירט געוואָרן פֿאַר דער בינע פֿון עמי דיין. ביז אַהער פֿאַרמאָגט די פֿאָרשטעלונג אַ קײַמא־לן פֿון דרײַ טאַטעס. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק איז אינעם שטאַטישן העכסטן געריכט אין ברוקלין פֿאָרגעקומען אַ סצענע, וואָס וואָלט ביז לעצטנס פּשוט נישט מעגלעך געווען. אַַ 22־יאָריקער בחור, וועלכער שטאַמט פֿון אַ חסידישער היים, האָט באַשולדיקט אַ ברוקלינער רבֿ פֿון די מונקאַטשער חסידים, אין האָבן אים סעקסועל באַלעסטיקט אין אַן אויטאָ במשך פֿון די יאָרן 2004 און 2005. (דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק איז דער רבֿ, ברוך ליבאָוויץ, טאַקע דערקלערט געוואָרן שולדיק, און עס דראָט אים איצט אַ שטראָף פֿון זיבן יאָר תּפֿיסה.) די שלושים צום זכר פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם פֿאָריקן פֿרײַטיק אין "צוותּא"־זאַל, תּל־אָבֿיבֿ, קאָן אין אַ געוויסער מאָס באַטראַכט ווערן ווי אַ תּיקון צו זײַן לוויה. דווקא פֿאַרקערט ווי אויף דער לוויה, וווּ ס׳איז נישט געווען קיין סימן אַפֿילו פֿון אַ היגער מלוכישער פֿאָרשטייערשאַפֿט, וואָס זאָל אָפּגעבן כּבֿוד דעם אָנדענק פֿון גרויסן פּאָעט — אויסער פֿון פֿרעמדע רעגירונגס־פֿאָרשטייער — האָבן זײַנע איבערגעגעבענע פֿאַרערעס און משפּחה־מיטגלידער, מיט אַ חודש צוריק באַגלייט דעם דיכטער אין זײַן לעצטן וועג. "ויקהל" — משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן די ייִדן, כּדי זיי ווידער צו וואָרענען, אַז שבת טאָרן זיי נישט טאָן קיין מלאָכה. די חז״ל דערקלערן, אַז די ייִדן האָבן געקאָנט מיינען, אַז צוליב דער גרויסער קדושה און וויכטיקייט פֿון מלאכת־המשכּן מעגן זיי ממשיך זײַן די אַרבעט אויך אום שבת; דערפֿאַר האָט משה ספּעציעל אָנגעזאָגט, אַז מע האָט געמעגט צוגרייטן דעם משכּן בלויז אין דער וואָכן. אין פֿאַרגלײַך מיט עבֿודת־המשכּן, וואָס די כּהנים האָבן יאָ אויסגעפֿירט שבת, האָט מען נישט געטאָרט דורכפֿירן די צוגרייט־אַרבעט בעת דעם הייליקן יום־המנוחה. יצחק פּערלאָוו, אַ פּאָפּולערער דיכטער פֿון זינגלידער, וועמענס לידער מינאַ בערן ע״ה האָט אויפֿגעלעבט |