- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די נאָכווייענישן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה שלעפּן זיך נאָך אונדזער פֿאָלק ביזן הײַנטיקן טאָג. שוין דער דריטער דור ווערט געבוירן נאָך יענע, וואָס האָבן אַלץ אויסגעהאַלטן און אויסגעשטאַנען און קוים אַרויס מיטן לעבן פֿונעם גיהנום; אָבער עס הענגט נאָך אַלץ דער שאָטן פֿון יענע אַכזריות און רדיפֿות. זיי, די שרעקן און מוראס, האָבן זיך אײַנגעקריצט אין די גענעס פֿון די נאָך־מלחמהדיקע דורות. זיי ווירקן אויף אונדזער דענקען און וועלטבאַנעם, אויף אונדזערע באַשלוסן און אויפֿפֿירן; Niemandssprache: Itzik Manger – Ein europäischer Dichter ("ייִדיש איז הפֿקר׃ איציק מאַנגער — אַן אייראָפּעיִשער דיכטער"). דאָס בוך וועט אַרויסגיין אין זורקאַמפּ־פֿאַרלאַג אין דײַטשלאַנד, אין 2011. אפֿרת גל־עד איז געבוירן געוואָרן אין טבֿריה, האָט שטודירט גערמאַניסטיק, ייִדישע לימודים, ייִדישע ליטעראַטור און מאָלערײַ אין דײַטשלאַנד. זי איז טעטיק ווי אַ קינסטלערין, איבערזעצערין און שרײַבערין. זי לערנט ייִדיש אין דעם הײַנריך־הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסלדאָרף. דער "פֿאָרווערטס" איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין 1897 אין ניו־יאָרק בײַם אָנהייב פֿון דער בלי-תּקופֿה פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אין די ווײַטערדיקע יאָרן איז אויך פֿאָרגעקומען די בלי־תּקופֿה פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין אַמעריקע, און ביידע קולטור־אינסטיטוציעס זענען געוואָרן געקניפּט און געבונדן. אַב קאַהאַן, דער ערשטער און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר, האָט געזען דעם ייִדישן און רוסישן טעאַטער אין ווילנע, וווּ ער איז אויפֿגעקוואַקסן און האָט דאָרט שטודירט. דעם רוסישן טעאַטער האָט ער תּמיד געלויבט — "זיי רעדן נאַטירלעך", האָט ער געהאַלטן. פֿונעם ווילנער ייִדישן טעאַטער פֿון יענע יאָרן (דאָס הייסט, די 1870ער יאָרן) האָט ער ווייניקער געהאַלטן — "זיי שרײַען, מאַכן געוואַלדעס, רעדן נישט ווי אמתע מענטשן", אַזוי האָט ער שפּעטער זיך באַקלאָגט פֿאַר זײַנע פֿרײַנד אין ניו־יאָרק. שלום אַש, וועלכער האָט באַזוכט מינכן פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט מיט כּמעט דרײַסיק יאָר שפּעטער געשאַפֿן אַ שטאַרק נעגאַטיוון אימאַזש פֿון דער דאָזיקער שטאָט אין זײַן ראָמאַן "בֿײַם אָפּגרונט". אַשן האָט זיך באַזונדערס אײַנגעקריצט אין זכּרון דאָס "שלעכט נאָכגעמאַכטע, אין רענעסאַנס־סטיל געבויטע מינכענער ראַטהויז", מיט "אומצאָליקע קליינע נישעס, געוועלב־בויגנס מיט די שרעק־פֿאַרשפּרייטנדיקע און ביז צום האַלדז באַפּאַנצערטע דײַטשע ריטער—גולמס". פֿאַרן ייִדישן שרײַבער האָבן די דאָזיקע פֿיגורן פֿאַרקערפּערט דעם אויפֿוועקנדיקן מיטל־עלטערלעכן דײַטשישן אַנטיסעמיטיזם, וואָס ער האָט געהאַלטן פֿאַרן עיקרדיקן היסטאָרישן וואָרצל פֿון היטלערס נאַציזם. במשך פֿון מײַ און יוני האָב איך באַקומען צוויי ערשט־דערשינענע קאָמפּאַקטלעך, וואָס זיי וואַרפֿן זיך אין די אויגן מיט זייער אַנדערשקייט; ביידע קלינגען זיי אַנדערש פֿון דער געוויינטלעכער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק, און אַנדערש איין קאָמפּאַקטל פֿונעם אַנדערן. איין גרופּע באַציט זיך צו דער מוזיק מיט אַ ביסל איראָניע, די אַנדערע מיט אַן אינטענסיווער נײַגעריקייט. די זינגערין פֿון דער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין" איז שׂרה־מינע גאָרדאָן, די טאָכטער פֿון דער באַקאַנטער זינגערין און געזאַנג־לערערין חנה (אַדריאַן) קופּער. יענע וואָך האָט די ענגלישע צײַטונג "דזשויִש וויק" [Jewish Week] זי אַרויפֿגעשטעלט אויף זייער יערלעכער רשימה פֿון "36 ייִדן ייִנגער פֿון 36" וועלכע וועלן מאַכן, ווי מע האָפֿט, אַ רושם אין דער צוקונפֿט. דאָס הייסט, אַז די וועלט האַלט שוין אַן אויג אויף שׂרה־מינע גאָרדאָן און איר קאַריערע. מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן מיר געלייענט אַ פּרשה, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ סתּירותדיקן פּאַרשוין — קורח, וועלכער האָט אָרגאַניזירט אַן אויפֿשטאַנד קעגן משה רבינו, האָפֿנדיק צו קריגן די מאַכט איבערן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה צווישן ייִדן. פֿונדעסטוועגן, איז קורח נישט געווען אַ בפֿירוש נעגאַטיווער פּערסאָנאַזש, און האָט געוואָלט טאָן די ייִדן אַ טובֿה, הגם זײַן כּוונה איז נישט געווען אינגאַנצן לשם־שמים — דערפֿאַר האָט ער פֿאַרדינט אַ מיתה־משונה, צוזאַמען מיט זײַנע נאָכפֿאָלגער. |