- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ חזיר, ווי באַוווּסט, איז נישט מער ווי אַ בהמה, וואָס איז טריף־פּסול סײַ לויט דעם ייִדישן גלויבן און סײַ לויטן מוסולמענישן. ווען מע וויל באַליידיקן אַ ייִד, וואַרפֿט מען אים אונטער אַ חזיר; און דאָס זעלבע קומט פֿאָר, ווען מע וויל אָנרירן די רעליגיעזע געפֿילן בײַ אַ מוסולמענער. יעדער איינער פֿון אונדז האָט אַוודאי נישט איין מאָל צוגעזען, אין אַ שטורעמדיקן האַרבסטיקן טאָג, ווי אַ בלעטל, אַ פּאַפּירל ראַנגלט זיך אומבאַהאָלפֿן מיטן ווינט, ווערט געטראָגן פֿון אים אַרויף און אַראָפּּ, און צענדליקער מענטשן יאָגן זיך נאָך אים מיט אויסגעצויגענע הענט; יעדער איינער וויל עס כאַפּן, מיינענדיק ווער ווייס וואָס אַזוינס דאָס פּאַפּירל פֿאַרמאָגט אין זיך אָדער שטעלט מיט זיך פֿאָר. און דאָס פּאַפּירל אַנטלויפֿט און לאָזט זיך צומאָל אַוועק מיטן ווינט און גייט פֿאַרלוירן אין די ווײַטענישן. מאַנכע מאָל ווערט עס אַרײַנגעשלעפּט אין אַ ווירבלווינט, דרייט זיך אַרום זיך, אַרום זײַן אייגענער אַקס און פֿאַלט צום סוף אַראָפּ צעקנייטשט און אויסגעמוטשעט פֿון דעם ווינטיקן געראַנגל — אַזוי ווי אַ געלער בלאַט וואָס פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ האַרבסטיקן בוים אין אַ האַרבסטיקן טאָג אונטער די צעטרעטנדיקע פֿיס פֿון אַ צופֿעליקן פאַרבײַגייער. דאָס יאָר האָט דער "קלעזקאַנאַדע-פֿעסטיוואַל", וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 16טן ביזן 22סטן אויגוסט, 2010, אין די לאָרענשאָן־בערג, אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל, אַרײַנגענומען אַ רײַכע פּראָגראַם. למשל, פֿון אייראָפּע איז געקומען אַ גרופּע פֿון אַכט מוזיקער, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר דעם "אַנדערע אייראָפּעער־פּראָיעקט". דאָס איז אַ געמיש פֿון רומענישע, אוקראַיִנישע, ציגײַנערישע און ייִדישע מוזיקער, וואָס שפּילן צוזאַמען שוין צוויי יאָר אונטערן אויפֿזע פֿון אַלען בערן. אין גיכן וועט מען אַרויסלאָזן אַ פֿילם וועגן די צווישן־קולטורעלע פֿאַרבינדונגען פֿון די מוזיקער, און דערבײַ הערן ווירטואָזע מוזיק. הײַנט צו טאָג איז שלום־עליכם באַקאַנט דער ברייטערער לייענערשאַפֿט, דער עיקר, אין איבערזעצונגען. זײַנע ייִדישע ווערק זײַנען צוטריטלעך בלויז פֿאַרן שמאָלן קרײַז פֿון ייִדישע פֿאָרשער, און אַפֿילו זיי מוזן זיך באַנוצן מיט כּלערליי ווערטערביכער און לעקסיקאָנען, כּדי צו דערגיין צו דעם ריכטיקן מיין פֿון די טעקסטן. דער דאָזיקער טעזיס איז געווען דער אויסגאַנג־פּונקט פֿון דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין אָקספֿאָרד, געווידמעט דעם ענין פֿון איבערזעצן שלום־עליכמס ווערק אויף די אייראָפּעיִשע שפּראַכן. פֿישל־יהושע שניאורסאָן (1887—1956) האָט געהערט צו יענעם אייגנאַרטיקן מין ייִדישע אינטעלעקטואַלן און קינסטלער, וואָס זײַנען געווען טעטיק אויף פֿאַרשידענע געביטן; געשריבן אין פֿאַרשידענע שפּראַכן און געלעבט אין פֿאַרשידענע לענדער. אפֿשר דווקא דערפֿאַר האָט מען וועגן זיי אַזוי גיך פֿאַרגעסן אין אונדזער צײַט, ווען די וועלט האָט אַן אינטערעס קודם־כּל אין אַ קלאָרער "אידענטיטעט". מענטשן ווי שניאורסאָן זײַנען פּשוט צו קאָמפּליצירט פֿאַרן הײַנטיקן קוקווינקל, ווײַל זיי לאָזן זיך ניט אַרײַנפּאַסן אין קלאָרע און אידעיִש־אויסגעהאַלטענע קאַטעגאָריעס פֿון "פֿרומקייט" און "וועלטלעכקייט", "וויסנשאַפֿט" און "קונסט", "נאַציאָנאַליזם" און "קאָסמאָפּאָליטיזם". "כּי תבֿוא אל האָרץ" — ווען איר וועט זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, זאָלט איר ברענגען די ערשטע פּירות פֿון אײַער גערעטעניש צו אַ כּהן, כּדי צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַר דעם, וואָס ער האָט באַפֿרײַט די ייִדן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ און געבראַכט זיי אינעם "לאַנד פֿול מיט מילך און האָניק". |