- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 8טן נאָוועמבער, איז אין דער שטאָט אַריאל פֿײַערלעך דערעפֿנט געוואָרן דער טעאַטער־פֿעסטיוואַל בײַם פֿול־געפּאַקטן זאַל פֿונעם נײַעם קולטור־הויז. צווישן די געסט, ווי עס ווײַזט אָן די ישׂראל־פּרעסע, זײַנען בײַגעווען מיניסטאָרן, כּנסת־דעפּוטאַטן און געזעלשאַפֿטלעכע טוער.
ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט מאַכט הײַנט דורך אַ ממשותדיקע ענדערונג. די אײַנגעשטעלטע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די ייִדישע קהילה זינט די 1940ער יאָרן, לײַדן איצט פֿון אַ פֿאַלנדיקער מיטגלידערשאַפֿט און שפּילן אַ סך אַ קלענערע ראָלע ווי אַמאָל, בפֿרט בײַם ייִנגערן דור. כּדי אָנצוטאַפּן דעם דופֿק פֿון דער יוגנט, און במילא באַטראַכטן די צוקונפֿט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, האָט די "אַבֿי־חי פֿונדאַציע" לעצטנס אינטערוויוירט מער ווי 250 פֿרויען און מענער צווישן 22 און 40 יאָר, וואָס פֿירן הײַנט אָן מיט ייִדישע פּראָיעקטן. אין דער "מוריה־גאַלעריע" אין ניו־יאָרק האָט זיך געעפֿנט אַ וווּנדערלעכע אויסשטעלונג פֿון ייִדישער פֿאָלקס-קונסט אין אָקטאָבער, וואָס וועט בלײַבן אָפֿן ביז סוף יאַנואַר 2011. מער ווי 250 חפֿצים ווערן אויסגעשטעלט פֿון פֿאַרשיידענע מינים פֿאָלקס-קונסט. כאָטש עטלעכע ביכער זענען געדרוקט געוואָרן אויף דער טעמע, ווערט צוזאַמענגעשטעלט אַן אויסשטעלונג אויף דער טעמע נאָר איין מאָל אין אַ יובֿל. די אָביעקטן שטאַמען פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות, דער עיקר, פֿון מיזרח־אייראָפּע, צפֿון־אַפֿריקע און דעם מיטל־מיזרח, און ווייניקער פֿון די קהילות אין מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע. מע קען זאָגן, אַז דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום אַשן האָט מען הײַיאָר כּמעט ניט באַמערקט. אָנהייב יאָר האָב איך עס דערמאָנט אין אונדזער צײַטונג, אָבער דער ענגלישער "פֿאָרווערטס", אַ שטייגער, האָט (אויב איך פּלאָנטער ניט) וועגן דעם יובֿל אין גאַנצן ניט געשריבן, כאָטש דעם ענגליש-רעדנדיקן עולם איז דאָ וואָס צו זאָגן וועגן דעם שרײַבער, וועמענס ביכער מען האָט איבערגעזעצט און זשעדנע געלייענט איבער גאַנץ אַמעריקע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַש איז בשעתּו געווען דער סאַמע באַרימטער מחבר פֿון "פֿאָרווערטס". צוליב זײַנע ווערק פֿלעגן די צײַטונג לייענען אַפֿילו אַזעלכע לײַט, וועלכע זײַנען געווען אידעאָלאָגישע קעגנער פֿון דעם "פֿאָרווערטס"-שניט פֿון סאָציאַליזם. מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות אָנגעשריבן אַן אַרטיקל מיט נאָמען "יצחק-נחמן שטיינבערגס ירושה: רעוואָלוציע, עטיק און פֿרומקייט", לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן טוער און דענקער. אין מײַן אַרטיקל, האָב איך דערמאָנט, אַז שטיינבערג האָט קריטיקירט דעם "מעכאַנישן" סאָציאַליזם פֿון ס׳רובֿ מאַרקסיסטן, און געהאַלטן, אַז מע קאָן אויפֿבויען אַ יושרדיקע געזעלשאַפֿט בלויז דורך אַ שעפֿערישן און גײַסטיקן פּראָצעס. די דאָזיקע אידעע שטאַמט פֿונעם באַרימטן ייִדיש־דײַטשישן אַנאַרכיסט און רעוואָלוציאָנער גוסטאַוו לאַנדאַוער. שטיינבערג דערמאָנט כּסדר לאַנדאַוערן, דירעקט און אומדירעקט; "ויצא יעקב" — און ער איז אַרויסגעגאַנגען (אַוועקגעגאַנגען) — כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים אין באר־שבֿע, און האָט זיך געלאָזט אויפֿן וועג קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער לבֿן. יעקבֿ האָט זיך אָנגעטאָן אין עשׂוס בגדים, כּדי זײַן בלינדער טאַטע, יצחק, זאָל מיינען, ווען ער טאַפּט אים אָן, אַז ער איז עשׂו, און האָט אַזוי אַרום באַקומען די ספּעציעלע ברכה, מיט וועלכער יצחק האָט זיך געקליבן צו בענטשן זײַן עלטערן זון (עשׂו). |