- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אייראָפּע איז געגרינדעט געוואָרן דער אייראָפּעיִשער ייִדישער פּאַרלאַמענט, וועלכער וועט באַשטיין פֿון 120 דעפּוטאַטן, וואָס זײַן פּרעזידענט וועט זײַן איגאָר קאָלאָמאָיסקי, אַ ביליאָנער פֿון אוקראַיִנע. די אייראָפּעיִשע "כּנסת" וועט זיך געפֿינען אין בריסל, וווּ עס געפֿינט זיך די שטאַב־קוואַרטיר פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. די וואָך איז אין פּאַריז פֿאָרגעקומען דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר אויפֿן אייראָפּעיִשן ייִדישן פֿאָרום. פֿון צענדליקער לענדער זײַנען געקומען דעלעגאַציעס פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. פּאַריז, זאָגט מען, איז שוין שווער מיט עפּעס איבערראַשן, אָבער אַזוינס האָט נאָך פּאַריז ביז אַהער נישט געזען. בײַ דער דערעפֿענונג פֿונעם פֿאָרום האָט די דעלעגאַטן באַגריסט דער ראָש פֿון די פֿראַנצויזישע ייִדן, פּיער בעסנאַנו. ער האָט אויך איבערגעלייענט די באַגריסונג פֿונעם ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז אַזאַ פֿאָרום איז זייער וויכטיק הײַנט פֿאַר אַ נײַעם דיאַלאָג צווישן ישׂראל און אייראָפּע. פֿון דעם פֿאָלקלאָריסטישן אוצר, און נישט נאָר פֿון דעם ייִדישן, איז זייער פּאָפּולער דאָס ווערטל, אַז "בעסער שפּעטער ווי קיינמאָל, האָט געזאָגט אַ ייִד ווען ער האָט פֿאַרשפּעטיקט צו דער באַן". אַ ייִד אַן אויסטויגער זוכט אַן אַלטערנאַטיוון אויסוועג, אַן אַנדערן טראַנספּאָרט־מיטל אָנצוקומען באַצײַטנס, אָדער וואָס גיכער, צום ציל פֿון זײַן נסיעה. דאַקעגן אַ טויגעניכטס, אַ שלימזל אָדער אַ בטלן אָן איניציאַטיוו, קלײַבט אויס, געוויינטלעך, די צווייטע ברירה: ער וואַרט אויף אַ צווייטער געלעגנהייט, אויף אַ נס, אויף דער קומענדיקער באַן. געשעט אָבער נישט זעלטן, אַז דער קומענדיקער צוג פֿאַרשפּעטיקט אָדער איז אַ שנעלצוג, וואָס שטעלט זיך נישט אָפּ אויף דער געגעבענער סטאַציע, און דער מענטש בלײַבט מיטן בלויזן ווערטל, אַז "בעסער שפּעטער איידער קיינמאָל"... אַזוי זעט אויס די איצטיקע רעגירונג פֿון בנימין נתניהו, וועלכע האָט דעם 1טן אַפּריל פֿאַרענדיקט די ערשטע העלפֿט פֿון איר קאַדענץ: אַ זעלבסצופֿרידענע פֿון איר עצם אויסהאַלטן און איבערלעבן אַלע שטרויכלונגען און קריזיסן און דעם דרוק פֿון אינעווייניק און פֿון דרויסן, פֿון איבערלעבן די שׂרפֿות אַרום אונדז. געהערט, אַז עס שפּילט אַזאַ פֿילם ווי "אַ מתּנה סטאַלינען", בין איך געווען אַ בעלנטע דאָס צו זען. מיר זײַנען אָנגעקומען אין קינאָ, ווען מען האָט געוויזן דעם פֿילם צום לעצטן מאָל. אָבער פֿאַר די, וואָס זײַנען גאַנצע שמעלקעס מיט דער אינטערנעץ, וועט עס זיכער נישט זײַן קיין מניעה. דאָס לעצטע מאָל וואָס איך האָב געזען אַ פֿילם מיט קאַזאַכסטאַן, איז עס געווען נישט מער ווי אַן אָנשטעל, אַ מאַכערײַקע, אַ לאַכערײַקע מיט יאַשטשערקעס וווּ דער העלד פֿונעם פֿילם איז געווען נישט קיין אַנדערער ווי סאַשאַ באַראָן־כּהן, און דער פֿילם האָט געהייסן "באָראַט." אָבער דאָס מאָל איז עס געווען עכט, אַכצן קאַראַטיק, אין קאַזאַכסטאַן, איינע פֿון די רעפּובליקן אונטערן סאָוועטישן רעזשים און אונטער זייער לאַפּע. דאָס יאָר איז 1949, ווען די סאָוועטן האָבן זיך נישט אויפֿגעהערט צו איזדיעקעווען איבער זייער באַפֿעלקערונג, און מיינט נישט, אַז דער דיקטאַטאָר פֿון ליביע, מואַמאַר קאַדאַפֿי, האָט דערפֿינדן דעם מיטל אויסצוראָטן די אייגענע בירגער. פֿאַר אונדזערע אויגן באַווײַזן זיך טאַקע וואַגאָנען, פּונקט אַזעלכע ווי די נאַציס האָבן גענוצט בײַם אָפּפֿירן די ייִדישע קרבנות קיין אוישוויץ, טרעבלינקע און אַ שלל מיט אַנדערע טויטלאַגערן. און ווי נאָר די איבערגעלאָדענע וואַגאָנען מיט מענטשן־פֿראַכט באַווײַזן זיך אין קאַזאַכסטאַן, באַפֿאַלן זיי אָרעמע און פֿאַרוואָרלאָזטע קינדער־יתומים, מיט קרוגן אין די הענט און זיי שרײַען: שוין יאָרן לאַנג וואָס ייִדישע בחורים און מיידלעך קענען זוכן אַ שידוך דורך דער אינטערנעץ. אַ דאַנק דער נײַער וועבזײַט, JMom.com , קענען זייערע מאַמעס דאָס איצט טאָן פֿאַר זיי. די וועבזײַט איז געגרינדעט געוואָרן פֿון בראַד ווײַסבערג, אַ גרונט־הענדלער אין שיקאַגע, אילינוי, און זײַן שוועסטער, דאַניעל, מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער. ווי אַזוי זענען זיי געקומען צו דעם געדאַנק? מיט אַ יאָר פֿריִער, נאָך דעם ווי בראַד האָט זיך פֿאַרשריבן אויף איינעם פֿון די ייִדישע שדכנות־וועבזײַטן, און נישט געהאַט קיין מזל, האָט זײַן מאַמע, באַרבאַראַ ווײַסבערג, אים געפֿרעגט, צי זי וואָלט געקאָנט אפֿשר איבערלייענען זײַן פּראָפֿיל אויף דער וועבזײַט, און פּרוּוון אויסזוכן אַ מיידל פֿאַר אים. סוף־כּל־סוף, האָט בראַד נאָכגעגעבן, און זי האָט זיך אַוועקגעזעצט בײַם קאָמפּיוטער. מיט צוויי שעה שפּעטער איז בראַד צוריקגעקומען און דערזען, ווי די מאַמע זיצט נאָך דאָרט. דערצו האָט זי אים געוויזן די פּראָפֿילן פֿון צען מיידלעך פֿאַר אים. ווען ער האָט זיי איבערגעלייענט, זענען ס׳רובֿ פֿון זיי אים טאַקע געפֿעלן געוואָרן. עד־היום פֿאַרמאָגן מיר ניט קיין געשיכטע פֿון ייִדישער קונסט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די סיבות דערצו זײַנען סײַ פֿונעם מעטאָדאָלאָגיש־טעאָרעטישן, סײַ פֿונעם פּראַקטישן מין. פֿון איין זײַט, איז עס ניט קלאָר, ווי אַזוי צו באַשטימען ייִדישקייט אין קונסט. אַוודאי זײַנען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ סך ייִדישע קינסטלער, אָבער צי איז עס באַרעכטיקט צו פֿאַראייניקן זיי אַלע אונטער דער רובריק "ייִדישע קונסט"? אַזאַ צוגאַנג קאָן אַפֿילו פֿאַרטײַטשט ווערן ווי אַן אַנטיסעמיטישער, אָדער פֿאַרקערט — אַ נאַציאָנאַליסטישער — בפֿרט, ווען מען וויל דורכפֿירן אַ מחיצה צווישן דער "רוסישער" און דער "ניט־רוסישער" קונסט. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען עד־היום ניט קיין פֿאַרלאָזלעכן קאָרפּוס פֿון די קונסטווערק, וואָס וואָלטן געווען מעגלעכע קאַנדידאַטן אויף אַ פּאָזיציע אין אַזאַ מין געשיכטע. דאָס רובֿ פֿון זיי געפֿינען זיך אין פּריוואַטע זאַמלונגען אין רוסלאַנד און אין אַנדערע לענדער. אָבער אָנהייבן טראַכטן וועגן דעם, ווי אַזוי וואָלט מען געקאָנט אָנשרײַבן די דאָזיקע געשיכטע, וואָלט טאַקע געווען מעגלעך. מען קאָן אָנהייבן פֿון די קינסטלער, וואָס געהערן בלי־ספֿק צו דעם "קרן" פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קונסט. צו זיי געהערן: תּנחום קאַפּלאַן, הערש אינגער, דמיטרי ליאָן, מאיר אַקסעלראָד, מענדל גאָרשמאַן. זיי אַלע דערווײַזן אַ געוויסע סטיליסטישע קרובֿהשאַפֿט מיט דער קינסטלערישער טראַדיציע פֿון ייִדישן אַוואַנגאַרד, וואָס האָט אויפֿגעבליט אין סאָוועטן־לאַנד גלײַך נאָך דער רעוואָלוציע. אין דער פֿאָריקער פּרשה, "תזריע", איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דעם געבורט פֿון קינדער און וועגן דעם צרעת — אַ מיסטעריעזע הויט־קראַנקייט, וואָס ווערט געוויינטלעך איבערגעזעצט ווי "לעפּרע". די חז״ל דערקלערן אָבער, אַז די דאָזיקע קראַנקייט האָט עקזיסטיקט בלויז אין די תּנ״כישע צײַטן, ווי אַ שטראָף פֿאַר רעדן לשון־הרע — ווי עס איז געשען מיט מרים, וועלכע האָט שלעכט גערעדט קעגן איר ברודער, משה. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "מצורע", קלינגט ווי "מצא רע" — "ער האָט אַרויסגעבראַכט שלעכטס"; אַזאַ נאָמען איז מרמז אויף דעם חטא פֿון לשון־הרע. דאָס צרעת איז מטמא געווען דעם קראַנקן; כּדי זיך אָפּצורייניקן, האָט מען געמוזט דורכפֿירן אַ גאַנצע סעריע ספּעציפֿישע קאָמפּליצירטע ריטואַלן, וואָס וועגן זיי עס ווערט דערציילט אין דער הײַנטיקער פּרשה. ווײַטער ווערט אין דער סדרה דערקלערט אַן אַנדער מין צרעת — אויף די ווענט פֿון אַ הויז. ווען די גרינע אָדער רויטע פֿלעקן האָבן זיך געוויזן אויף די ווענט בלויז אויף עטלעכע טעג, וואָלט מען געקאָנט אויסרייניקן דאָס הויז דורך אַן ענלעכן ריטואַל, מיט צוויי פֿייגעלעך און ספּעציפֿישע פֿלאַנץ־מאַטעריאַלן. אין געוויסע פֿאַלן, ווען די פֿלעקן האָבן זיך ווידער פֿאַרשפּרייט אויף די ווענט, האָט מען געמוזט צעשטערן דאָס גאַנצע הויז. די חז״ל זאָגן אָבער, אַז דאָס איז געווען אַ גוטער סימן פֿון אַ באַהאַלטענעם אוצר, וועלכער איז געלעבן באַגראָבן אונטערן הויז. |