- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די אויספֿרעגן ווײַזן, אַז אין פּוילן בײַט זיך די באַציִונג צו ייִדן צום בעסערן, כאָטש קיין ראַדיקאַלע ענדערונגען זעט מען דערווײַל ניט. צוריק גערעדט, וווּ בײַט זיך די באַציִונג באמת ראַדיקאַל? למשל, צווישן די עקסטרעם-רעכטע, שאָוויניסטישע לײַט און עקסטרעם-לינקע אַנטי-ציוניסטן אין אַ סך לענדער זײַנען ביזן הײַנטיקן טאָג נאָך אַלץ פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס טענהן, אַז די טעראָריסטישע אַקציע דעם 9טן סעפּטעמבער 2001 איז געווען אַ פּועל-יוצא פֿון אַ ייִדישער קאָנספּיראַציע — אָפּגעטאָן האָבן עס, כּלומרשט, אַגענטן פֿון "מוסד", כּדי שטאַרקער צו מאַכן די פּראָ-ישׂראלדיקע שטימונגען. ס’איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז חסידים פֿון אָט דער ווילדער קאָנספּיראַציע-טעאָריע זײַנען געווען אויך צווישן דער כאָפּטע עקסטרעמיסטן, וועלכע האָבן דעם 2טן סעפּטעמבער געמאַכט אַ שרײַענדיקע דעמאָנסטראַציע בשעת דעם לאָנדאָנער קאָנצערט פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, וואָס איז הײַיאָר געוואָרן 75 יאָר אַלט (זײַן אַדמיניסטראַטאָר איז יאָרנלאַנג געווען דער באַקאַנטער ייִדישער שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש ז״ל). יעדע אייראָפּעיִשע מדינה האָט געשעענישן, צי ערטער, אַרום וועלכע עס בויט זיך דער דיסקורס אויף ייִדישע טעמעס. אין הײַנטיקן פּוילן, איז יעדוואַבנע געוואָרן אַ סימבאָל אי פֿון די געשעענישן בעתן חורבן אי פֿון דער באַציִונג פֿון דער באַפֿעלקערונג צו די דאָזיקע געשעענישן. אויב וועגן אוישוויץ און אַנדערע לאַגערן קען מען טענהן, אַז זיי זײַנען געווען אויף דער פּוילישער טעריטאָריע, אָבער די פּאָליאַקן אַליין האָבן צו זיי דירעקט געהאַט אַ רעלאַטיוו קליינעם שײַכות, טאָ יעדוואַבנע שטעלט מיט זיך פֿאָר גאָר אַן אַנדער געשיכטע. מיט 70 יאָר צוריק, דעם 10טן יולי 1941, האָבן ניט די דײַטשן, נאָר דווקא עטלעכע צענדליק היגע פּאָליאַקן געשפּילט די צענטראַלע ראָלע אין דער שחיטה, אין וועלכער מע האָט אַכזריותדיק אומגעבראַכט הונדערטער ייִדן. זונטיק בין איך געווען אויף אַ חנוכּת־הבית און דאָרטן דערציילט אַ גאַסט, אַ חסיד פֿון דערבײַיקן וויליאַמסבורג, אַז איך גיי אויף אַן אָפּשערעניש מאָנטיק אין דער פֿרי, אַן אָפּשערעניש בײַ אַ נישט־חסידישער משפּחה. "דאָס ייִנגל וועט טראָגן פּאות?", האָט ער בײַ מיר געפֿרעגט. "ניין, כ׳בין כּמעט זיכער, אַז נישט", האָב איך געענטפֿערט, און ער האָט געגעבן אַ צי מיט די פּלייצעס, אַזוי צו זאָגן — "נו, אויב אַזוי, צו וואָס דאַרף מען דאָס האָבן?" זעט אויס, אַז די טראַדיציע פֿון אַן אָפּשערעניש — דאָס אָפּשערן צום ערשטן מאָל די האָר פֿון אַ דרײַ־יאָריק ייִנגל — אַנטוויקלט זיך אויף נײַע וועגן... דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע אָפּשערעניש וואָס איך בין בײַגעווען. מיט צוועלף יאָר צוריק, בין איך אייגנס געפֿאָרן קיין מירון, לעבן צפֿת, אינעם טאָג פֿון ל״ג בעומר, זיך צו באַטייליקן אינעם יום־טובֿ. קלעזמאָרים פֿון גאַנץ ישׂראל זענען געקומען צו שפּילן בײַם קבֿר פֿון ר׳ שמעון בר־יוחאי, און דערלעבן האָט מען אָפּגעשוירן די האָר פֿון צענדליקער דרײַ־יאָריקע ייִנגלעך. די שטימונג איז געווען אַ געהויבענע, אַ יום־טובֿדיקע. אָבער מע האָט אַזוי פֿיל קינדער אָפּגעשוירן מיט איין מאָל, אַז עס האָט אויסגעזען ווי אַ מאָנטאַזש־ליניע אין אַ פֿאַבריק, און נישט קיין פּערזענלעך, אינטימע משפּחה־צערעמאָניע. דאָרטן רופֿט מען די צערעמאָניע "חלאקה" (כאַלאַקאַ), אַ וואָרט וואָס שטאַמט פֿונעם אַראַבישן אויסדרוק פֿאַר אָפּשערעניש. גאַנץ מעגלעך, אַז דער מינהג שטאַמט פֿון די ספֿרדים מיט הונדערטער יאָרן צוריק, אָבער דער שורש בלײַבט דערווײַל אַ מיסטעריע. אינעם תּלמוד שטייט גאָר נישט וועגן אַזאַ פֿירעכץ. די "פּאַרטיי פֿון רעגיאָנען", וואָס האָט די גרעסטע פּאַרלאַמענטאַרע פֿראַקציע אין אוקראַיִנע און איר פֿירער איז דער פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, לייגט פֿאָר אָנצונעמען אַ געזעץ, וואָס פֿאַרגלײַכט די רעכט פֿון רוסיש און אוקראַיִניש אין 13 (פֿון בסך-הכּל 25) געגנטן פֿון לאַנד. איך ווייס ניט, צי דאָס דאָזיקע געזעץ וועט אָנגענומען ווערן, אָבער אין זאַפּאָראָזשיע, פֿון וואַנען איך שטאַם, דאָמינירט, בלי-ספֿק, רוסיש — איך האָב עס לעצטנס אַליין געזען און געהערט. כאַראַקטעריש, אַז אין דעם גרעסטן היגן ביכער-געשעפֿט האָב איך כּמעט ניט געזען קיין אוקראַיִנישע טיטלען. צווישן די רוסישע ביכער, וועלכע איך האָב דאָרטן געקויפֿט, איז געווען אַ נאָר וואָס דערשינענער (אין מאָסקווע מיט אַ טיראַזש פֿון 3,000 קאָפּיעס) באַנד אונטערן טיטל "זכרונות פֿון אַ ייִדן-רויטאַרמייער" (Воспоминания еврея-красноармейца), וואָס איז כּולל צוויי זאַכן: די זכרונות גופֿא פֿון לעאָניד קאָטליאַר און אַ פֿאָרש-אַרבעט פֿון פּאַוועל פּאָליאַן וועגן דעם גורל פֿון געפֿאַנגענע ייִדישע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן פֿון דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. פּאַוועל פּאָליאַן באַשעפֿטיקט זיך שוין לאַנג מיט דער געשיכטע פֿון געפֿאַנגענע ייִדישע מיליטערלײַט, און כאָטש זײַנע פֿילצאָליקע אַרויסטרעטונגען און פּובליקאַציעס טראָגן אין זיך, בדרך-כּלל, געוויסע סימנים פֿון אַמאַטאָרישקייט, זײַנען זיי אויך זייער אינפֿאָרמאַטיוו. ער האָט אויך זײַן טעאָריע, לויט וועלכער דער חורבן אויף דער סאָוועטישער טעריטאָריע האָט זיך אָנגעהויבן פֿון סיסטעמאַטישן אויסהרגענען ייִדן צווישן געפֿאַנגענע רויטאַרמייער. געטאָן האָבן עס זייער אָפֿט ניט די "זאָנדערקאָמאַנדעס" צי אַנדערע ספּעציעלע גרופּעס תּלינים, נאָר דווקא די אַרמיי — דער "ווערמאַכט", וואָס האָט באַקומען אַזאַ באַפֿעל בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה מיטן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הײַיאָר האָט מען, צום ערשטן מאָל אין דער 35־יאָריקער געשיכטע פֿון דער "ייִדיש־וואָך", אָפּגעהאַלטן די אונטערנעמונג מחוץ ניו־יאָרק. די יערלעכע געשעעניש, וווּ אַלע אַקטיוויטעטן במשך פֿון דער וואָך ווערן אָנגעפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש, האָט זיך דאָס יאָר געטראָפֿן בײַם "פּערלסטאָון אָפּרו־צענטער" לעבן דער שטאָט באָלטימאָר, מערילאַנד. דער באַשלוס צו פּראַווען די "ייִדיש־וואָך" אין באָלטימאָר האָט געהאַט אַ סך מעלות. ערשטנס, געפֿינט זיך דער "פּערלסטאָון צענטער" בשכנות מיט דער אָרגאַנישער פֿאַרם "קיים" [קאַיאַם], וווּ ס׳איז הײַיאָר פֿאָרגעקומען די ערשטע זומער־פּראָגראַם פֿון דער נײַער "ייִדיש־פֿאַרם" — אַ פּראָגראַם, אָנגעפֿירט פֿון ישׂראל באַס און נפֿתּלי איידלמאַן, וווּ די 12 יונגע פֿאַרמער האָבן דורכגעפֿירט אַלע אַקטיוויטעטן אויף ייִדיש. אַ דאַנק דער פֿאַרם, האָבן די "ייִדיש־וואָכניקעס" געקאָנט גיין אויף אַן אינטערעסאַנטן טור פֿון די פֿאַרשידענע גרינסן און אַנדערע געוויקסן, וואָס מע האָט דאָרט קולטיווירט, און די קינדערלעך האָבן געקאָנט הנאה האָבן פֿון די חנעוודיקע ציגעלעך און הינער, וואָס געהערן צו דער פֿאַרם. זעט אויס, אַז שפּילן מעטאַל־מוזיק און לערנען ייִדיש איז אַ מין ליבע וואָס ווערט אַלץ וואַרעמער און וואַרעמער. אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל ביידע וועקן זיי סענטימענטאַלע געפֿילן און ביידע ווערן גערעכנט ווי אַ שטיף-קינד אין פֿאַרגלײַך מיט "ייִחוסדיקע" זשאַנערס און שפּראַכן: למשל, מיט דער קלאַסישער מוזיק (אָדער מיטן הויפּט־שטראָמיקן "ראָקל-און-ראָל") און מיט דער העברעיִשער אָדער דײַטשישער שפּראַך. צוריק געשמועסט, מאַכט עס דאָך ניט אויס, ווײַל וויכטיקער איז דער גאָר אינטערעסאַנטער קינסטלערישער רעזולטאַט פֿון אָט דעם סינטעז. שוועדן איז אַ לאַנד אין אַ ראַיאָן וואָס איז באַרימט פֿאַר זײַנע מעטאַל־טעטיקייטן. דער קאַנאַדער פֿילם-מאַכער סעם דאַן באַזוכט נאָרוועגיע אין זײַן באַרימטן דאָקומענטאַרישן פֿילם וועגן מעטאַל-מוזיק ("מעטאַל: אַ קאָפּשלאָגערס רײַזע", פֿון 2005), און ווײַזט די אָרטיקע סצענע פֿון שוואַרץ-מעטאַל. לויטן פֿילם און בפֿרט לויט אַ קורצן המשך-פֿילם זײַנעם, וואָס באַהאַנדלט די זעלבע טעמע, ווײַזט ער, אַז אַחוץ דעם שוואַרץ-מעטאַל מיט זײַנע טיפּיש טײַוולאָנישע מאָטיוון, איז פֿאַראַן גאָר אַ בליִענדיקע סצענע דאָרטן פֿון אַן אַנדער סאָרט שווערן מעטאַל. דער מין שווער-מעטאַל באַשעפֿטיקט זיך דווקא מיט דער אַלטער סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע, און ער איז מער פֿאָלקיסטיש געשטימט און מעלאָדיש. די גרופּע "דיבוקים" פֿון שוועדן, וואָס זינגט אויף ייִדיש, געהערט מער צו דעם צווייטן סטיל. די מיטאָלאָגיע איז אין דעם פֿאַל די ייִדישע שפּראַך און דאָס מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע לעבן. סע שאַדט פֿאַרשטייט זיך אויכעט נישט, אַז מע האַלט ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין שוועדן שוין זינט אַפּריל 2000 (זע: שׂרה-רחל שעכטער, סעפּטעמבער 2, 2011). אין די לעצטע חדשים ביז די איצטיקע טעג, ווען מיר זאָגן אַרויס דאָס וואָרט סעפּטעמבער, דעם געוויינלעכן נאָמען פֿונעם נײַנטן חודש פֿון יאָר אויפֿן צײַט־קאַלענדאַר, רופֿט ער אַרויס בײַ אונדז אַ היפּשן פּחד, אַ מורא פֿאַר דעם וואָס ער איז עלול אונדז צו ברענגען. בכלל האָט דער דאָזיקער חודש אַן אָפּשרעקנדיקע קאָנאָטאַציע; ער רופֿט אַרויס צומאָל אַ שוידער שוין דערפֿאַר, ווײַל דער סאַמע ערשטער טאָג פֿון דעם חודש, דער 1טער סעפּטעמבער, מיט 72 יאָר צוריק, האָט געברענגט מיט זיך די גרויזאַמע היטלער־מלחמה און מיט איר דעם חורבן פֿון אונדזער פֿאָלק. שפּעטער, מיט 41 יאָר צוריק — דער "שוואַרצער סעפּטעמבער", דער נאָמען פֿון דער פּאַלעסטינער טעראָר־אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט בײַ איר אָנהייב, אַנטלויפֿנדיק דעם 17טן סעפּטעמבער 1970 פֿון די רדיפֿות אין דעם שכנותדיקן יאָרדאַנישן קעניגרײַך, געפֿונען אַ שוץ־אַזיל גראָד אין דער ייִדישער מדינה און דאָ זיך אויסגעהאָדעוועט אין דער געשטאַלט פֿונעם "כאַמאַס" און פֿון די אַנדערע טעראָריסטישע שלעק. און (נאָך נישט) צום סוף, מיט צען יאָר צוריק, דער "נײַן אילעווען", דער 11טער סעפּטעמבער 2001: דער חורבן־קלאַפּ, וועלכן דער איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליסטישער טעראָר האָט דערלאַנגט דעם אַמעריקאַנער צענטער פֿון פֿינאַנציעלן און מיליטערישן כּוח און פֿון דער אַמעריקאַנער גאווה... פֿון דער אַנדערער זײַט איז דער סעפּטעמבער נישט דווקא אַזוי שוואַרץ ווי עס איז זײַן נאָמען. ער האָט אויך נישט ווײַניק "ווײַסע פֿלעקן" פֿון נחמה און האָפֿענונג — ווי דאָס איז געווען, למשל, דער 13טער סעפּטעמבער 1993, מיט ח"י יאָר צוריק, דער טאָג פֿון אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, וואָס איז געוואָרן די גרונט־באַזע פֿאַר דעם שלום־פּראָצעס און וועלכער איז אָבער אַרײַן אין דעם בלינדן געסל פֿון סעפּטעמבער 2011. |