Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

שוין עטלעכע טעג גייט אין ישׂראל אָן אַן עכטע ראַקעטן־מלחמה; פֿון עזה אויף די דרום־שטעט זײַנען שוין אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַרום 200 (און ביז מיר שרײַבן דעם אַרטיקל — נאָך מער) ראַקעטן און אַרום 30 מענטשן זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. די ראַקעטן פֿאַלן אויף די גרעסערע שטעט — אַשדוד, אַשקלון, באר־שבֿע און גדרה. די לימודים אין די לערן־אַנשאַלטן זײַנען אויף אַ צײַט אָפּגעשטעלט. די באַפֿעלקערונג איז אָנגעשטרענגט און געפֿינט זיך אין אַ כּסדרדיקער סכּנה, נישט געקוקט דערויף, וואָס דער אַזוי גערופֿענער קעגן־ראַקעטן־קופּאָל שיסט אַראָפּ ביז 90% פּאַלעסטינער "קאַסאַמען" און מינעס. אָבער די 10% וואָס טרעפֿן צום ציל איז גענוג, כּדי דעסטאַביליזירן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די אײַנוווינער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די ישׂראלדיקע מיליטערישע כּוחות ענטפֿערן אויף די באַשיסונגען און טוען עס מיט הצלחה. ווי באַוווּסט, האָט זיך די נײַע ראַקעטן־מלחמה אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי די ישׂראלדיקע עראָפּלאַנען האָבן צעשמעטערט דעם אויטאָ, אין וועלכן ס’איז געפֿאָרן זוכייראַ על־קייסי, דער פֿירער פֿון דער פּאַלעסטינער טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע "קאָמיטעטן פֿון פֿאָלקס־ווידערשטאַנד" און נאָך איינער אַ טעראָריסט, וואָס איז לעצטנס באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער ישׂראל־תּפֿיסה אין די ראַמען פֿונעם "שליט־אויסטויש".
יעדעס מאָל, ווען עס הייבט זיך אָן אַן אינטענסיווע קאָנפֿראָנטאַציע צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראלים, קומען אויף פֿראַגעס, וואָס נישט זעלטן טראָגן זיי אויך געוויסע סתּירות. פֿאַרשטייט זיך, אַז ליקווידירן די טעראָריסטן, וואָס פּלאַנירן טעראָריסטישע אַטאַקעס, איז אַ וויכטיקע אויפֿגאַבע פֿאַר דער אַרמיי. יעדנפֿאַלס, אין דעם פֿאַל איז עס טאַקע אַזוי געווען: קייסי און זײַנע מיליטאַנטן, לויט די אויסשפּיר־ידיעות, האָבן פּלאַנירט דורכצופֿירן אַ ריי טעראָריסטישע אַטאַקן קעגן ישׂראל.


געשיכטע, פּערזענלעכקײטן
פֿון מישע כאַזין (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טראַיאַן פּאָפּאָוויטש
די רומענישע אַנטיסעמיטן, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, פֿלעגן אים רופֿן Jidovitul, וואָס מיינט, "זיך פֿאַרקויפֿט צו די ייִדן". אַליין אַן אַדוואָקאַט און "פּרימאַר"־מייאָר פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ, האָט ער געראַטעוועט פֿון דעפּאָרטאַציע קיין טראַנסניסטריע און אומברענג 20 טויזנט טשערנאָוויצער ייִדן. אַ ביסל מער, ווי אָסקאַר שינדלערס ליסטע פֿון ספּילבערגס פֿילם. דער העלדנטאַט פֿונעם "רומענישן שינדלער" איז באַקאַנט פֿון לאַנג, אָבער נאָר סוף 2008 האָט די שטאָט־מאַכט פֿון טשערנאָוויץ אָנגענומען אַ באַשלוס אויפֿצוהענגען אַן אָנדענקשילד לכּבֿוד פּאָפּאָוויטשן אויפֿן הויז נומ’ 6, זאַנקאָוועצקי־גאַס. מיט עטלעכע יאָר פֿריִער איז טראַיאַן פּאָפּאָוויטש אָנערקענט געוואָרן אין ישׂראל ווי איינער פֿון די חסידי־אומות־העולם, און זײַן דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ. פֿון דעסטוועגן, איז זײַן נאָמען ווייניק באַקאַנט דער עפֿנטלעכקייט.
און אָט איצט, נאָך 70 יאָר זינט יענע טראַגישע געשעענישן ווערט טראַיאַן פּאָפּאָוויטש ווידער דערמאָנט, אין שײַכות מיטן פֿילם, וואָס ווערט איצט פֿילמירט אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, וווּ די הויפּט־ראָלע פֿון טראַיאַן פּאָפּאָוויטש שפּילט דער באַרימטער האָליוווּד־אַקטיאָר דאָנסטין האָפֿמאַן. דעם פֿילם וועט מען, מעגלעך, זען נאָך הײַיאָר און דערווײַל הייסט ער "20,000".
יאָ, נישט גרינג, מיט לאַנגע פֿאַרדרייטע וועגן קומט צום מענטשן די אָנערקענונג, וואָס ער האָט פֿאַרדינט נאָך בײַם לעבן. טראַיאַן פּאָפּאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין 1892, אינעם בוקאָווינער דאָרף, וואָס הײַנט הייסט עס אודעשט, רומעניע. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ דורותדיקער גלח. נאָכן פֿאַרענדיקן די גימנאַזיע האָט טראַיאַן פֿאָרגעזעצט זײַן לערע ווי אַ סטודענט פֿונעם יורידישן פֿאַקולטעט בײַם טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿאַרטיידיקט ער זײַן דיפּלאָם און הייבט אָן די קאַריערע פֿון אַן אַדוואָקאַט.


‫רעפּאָרטאַזשן

דער בדחן בײַם סקלאָיער שטיבל אין באָראָ־פּאַרק
דאָס יאָר האָט דער יום־טובֿ פּורים זיך אָנגעהויבן אַ ביסל פֿריִער, ווײַל פֿינף טעג פֿאַר פּורים, שבת־צו־נאַכטס, דעם 3טן מאַרץ, האָט די אָרגאַניזאַציע "ייִדן פֿאַר עקאָנאָמישן און סאָציאַלן יושר" געפּראַוועט פּורים אין אַן אינדוסטריעלן סקלאַד אין אַ געגנט פֿון ברוקלין וואָס איז באַקאַנט פֿאַר אירע פֿאַבריקן, אָבער נישט ווי אַן אָרט צו וווינען. פֿון דעסטוועגן, נישט געקוקט אויף די פּוסטע, פֿינצטערע גאַסן איז געקומען אַ גרויסער עולם, עטלעכע הונדערט יונגע־לײַט, צו דער שׂימחה, און ס׳רובֿ אָנטיילנעמער האָבן זיך פּורימדיק פֿאַרשטעלט.
ווי אַ פֿאַרווײַלונג, האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ פּורים־שפּיל אויף ענגליש, "דײַנע המן־טאַשן הרגענען מיך אַוועק"; אַ ספּעקטאַקל מיט אַ פּראָגרעסיוון סדר־היום, געשריבן און רעזשיסירט פֿון דזשעני ראָמיין. די שפּיל האָט מיט הומאָר אַרויסגעהויבן פֿאַרשיידענע סאָציאַלע פּראָבלעמען אין דער ניו־יאָרקער געזעלשאַפֿט, און נישט געלאָזט דעם עולם פֿאַרגעסן, אַז זיי זענען מחויבֿ צו העלפֿן. אינעם מוזיקאַלישן טייל האָט מען געהערט ייִדיש, ווען דער קאַפּעלמײַסטער, אַבֿי פֿאָקס־ראָזען, האָט געזונגען מיטן עולם "באַלעבאָסטע זיסינקע" און אַנדערע ייִדישע לידער.
צו הערן די מגילה, ערבֿ פּורים, זענען געפֿאָרן מײַן פֿרוי נחמה און איך צו דער אַזוי־גערופֿענער "6טער גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, וווּ דער אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז גרעג וואָל, אַ באַקאַנטער דזשעז־סאַקסאָפֿאָניסט. פֿאַר אים איז דער פּורים טאַקע געווען אַ יום־טובֿ: ער האָט קוים מיט צרות נאָך פֿאַרשיידענע פּראָצעסן אין געריכט, באַקומען דאָס רעכט אָנצופֿירן מיט דער שיל, נאָך דעם ווי אַ גרופּע פֿונעם מנין, אָנגעפֿירט פֿון חב״דניקעס, האָבן זיך אַרויסגעשטעלט ווי די אמתע באַלעבאַטים פֿון דער סינאַגאָגע. דער לעגאַלער קאַמף, הער איך, האָט זיך נאָך אין גאַנצן נישט געענדיקט...


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווער לייענט הײַנט ייִדישע ביכער? וואָס זוכט מען אין זיי? פֿאַר וועמען שרײַבן ייִדישע שרײַבער? יענטע מאַש ענטפֿערט אויף די דאָזיקע פֿראַגעס אין דער הקדמה צו איר צווייטן בוך "בעסאַראַבער מאָטיוון" (תּל־אָבֿיבֿ, 1998)׃ "די ייִדישע ביכער, וואָס דערשײַנען נאָך לעצטנס, זענען שוין אין אַ געוויסער מאָס געווענדט אויך צום קומענדיקן לייענער, אָדער, בעסער געזאָגט, צום פֿאָרשער, וואָס וועט זוכן און געפֿינען אין די דאָזיקע ביכער שפּורן פֿון דעם פֿאַרשניטענעם ייִדישן לעבן אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע". אין די דאָזיקע ביכער באַקומט דער עּבֿר אַ נײַעם גילגול, וואָס רעדט צו די קומענדיקע דורות.
די ייִדישע בעסאַראַביע איז געבענטשט מיט אַ רײַכער און אייגנאַרטיקער ליטעראַרישער טראַדיציע, וואָס איז הײַנט־צו־טאָג אפֿשר די סאַמע לעבעדיקע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. יענטע מאַש פֿאַרבינדט אין איר שאַפֿונג דרײַ תּקופֿות, וואָס זי האָט דורכגעלעבט. געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין שטעטל זגוריצע, נישט ווײַט פֿון סאָראָקע, אונטער דער רומענישער שליטה, איז זי ערבֿ דער דײַטשישער אינוואַזיע פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר, ווי אַ מיטגליד פֿון "בורזשואַזיע".
די דאָזיקע ביטערע דערפֿאַרונג, וואָס זי האָט דורכגעמאַכט מיט טויזנטער אַנדערע "געזעלשאַפֿטלעכע עלעמענטן" פֿון די אַנעקסירטע שטחים פֿון רומעניע, פּוילן און באַלטישע לענדער, האָט זי באַשריבן אינעם ערשטן בוך, "טיף אין דער טײַגע" (1990). דערנאָך איז געקומען די ריי פֿון די בעסאַראַבער עולים און ישׂראל ("משנה מקום", 1993). אַזוי אַרום האָט יענטע מאַש געשאַפֿן אַ מין "מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן", וואָס איז איינצײַטיק אַ ליטעראַרישע געשיכטע פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום אינעם 20סטן יאָרהונדערט.


געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ שיינע מתּנה האָבן באַקומען די פֿאָרשער און אַלע וואָס האָבן ליב ייִדיש — אין די רחבֿותן פֿון דער אינטערנעץ קען מען איצט באַקומען אַ צוטריט אויך צו אַ גרויסן טייל נומערן פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער טאָגצײַטונג "הײַנט". מע דאַרף ניט גיין צי פֿאָרן אין קיין ביבליאָטעק, זיך מאַטערן מיט מיקראָפֿילמען צי מיט קאָפּיעס וואָס צעקרישלען זיך אין אײַערע הענט. מע קען זיך צוזעצן צו אַ קאָמפּיוטער, בעסער מיט אַ גרויסן עקראַן, אויסזוכן www.jpress.org.il, און פּשוט לייענען אַ נומער נאָך אַ נומער, זײַטל נאָך אַ זײַטל. דערווײַל איז עס באַגרענעצט מיט די יאָרן 1919—1939, אָבער, ווי איך פֿאַרשטיי, וועט מען מיט דער צײַט צוגרייטן עלעקטראָנישע קאָפּיעס אויך פֿון די פֿריִערדיקע יאָרן.
דער "הײַנט" האָט זיך באַוויזן אין יאָר 1908. אין יענע שטורמישע יאָרן האָט די צאַרישע רעגירונג אַ ביסל אָפּגעלאָזט די לייצעס, געפּרוּווט אויף אַזאַ אופֿן אײַנשטילן די באַפֿעלקערונג נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1905. ווי אַ פּועל-יוצא, איז דער פּרעסע, בפֿרט דער ייִדישער, געוואָרן גרינגער צו לעבן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס צו יענער צײַט האָט זיך באַוויזן אַן עולם, וואָס האָט געוואָלט לייענען אַ וועלטלעכע ייִדישע צײַטונג. דער "הײַנט" איז דאָך געווען וועלטלעך און גאַנץ ציוניסטיש דערצו. למשל, אין די 1930ער יאָרן איז וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי געווען אַן אַקטיווער מחבר פֿון "הײַנט".
ציוניסטיש געשטימט איז געווען שמואל-יעקבֿ יאַצקאַן (1874—1936), דער ערשטער רעדאַקטאָר און מיט-באַלעבאָס פֿון דער צײַטונג. איצט איז ער כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אין די ערשטע יאָרצענדליקער פֿון דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז זײַן נאָמען געווען גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער סבֿיבֿה און איז אַפֿילו געוואָרן אַ מין שם-דבֿר: "יאָצקאַניזם" האָט מען דעמאָלט אַסאָציִיִרט מיט אַ קאָמערציעלן צוגאַנג צום פּראָצעס פֿון שאַפֿן און פֿאַרשפּרייטן אַ ייִדישע צײַטונג. מיט יאַצקאַנס נאָמען זײַנען פֿאַרבונדן אויך אַנדערע אויסגאַבעס, למשל דער "פּאַריזער הײַנט" (1926—1940) — די ערשטע סטאַבילע ייִדישע טאָגצײַטונג אין מערבֿ-אייראָפּע.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה ווערט ווײַטער דערציילט וועגן דעם בנין־המישכּן. משה האָט צונויפֿגערופֿן די ייִדן און געוואָרנט זיי, אַז זיי טאָרן נישט טאָן שבת קיין מלאָכה. צוליב דעם הייסט די פּרשה "ויקהל" — "און ער האָט זיי פֿאַרזאַמלט". די ייִדן האָבן שוין געוווּסט, אַז שבת טאָר מען נישט אַרבעטן; ווי עס דערקלערן די חז״ל, איז דער חידוש באַשטאַנען אין דעם, וואָס משה האָט זיי געוואָרנט, אַז אַפֿילו אַזאַ הייליקע מלאָכה, ווי דאָס אויפֿבויען דעם מישכּן, מוז מען אויספֿירן בלויז אין דער וואָכן.
די כּהנים האָבן געטאָן זייער עבֿודה אינעם מישכּן, אַרײַנגערעכנט שבת. אָן דעם מישכּן וואָלטן זיי נישט געטאָרט עס טאָן — דערפֿאַר וואָלט מען געקאָנט זיך משער זײַן, אַז דאָס עצם־שאַפֿן דאָס דאָזיקע הייליקע אָרט איז אַפֿילו אַ וויכטיקערע עבֿודה, וואָס צוליב איר מעג מען אַפֿילו מחלל־שבת זײַן. כּדי צו דערקלערן, אַז אַזאַ סבֿרא איז נישט ריכטיק, האָט משה פֿאַרזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק.
דערנאָך, האָט משה איבערגעגעבן די פֿאַרזאַמלטע ייִדן, וועלכע זאַכן זיי דאַרפֿן ברענגען, כּדי אויפֿצושטעלן דעם מישכּן. דער עולם האָט געבראַכט מער ווי גענוג נייטיקע מאַטעריאַלן, און משה רבינו האָט זיי געזאָגט זיך אָפּצושטעלן.
ווײַטער גייט אין דער פּרשה אַ רייד וועגן דעם, ווי אַ גרופּע באַגאַבטע בעל־מלאָכות האָבן מיט גרויס חכמה קאָנסטרויִרט און צונויפֿגעשטעלט אַלע טיילן פֿונעם מישכּן. משה האָט אויפֿגעשטעלט און צוגעגרייט די גאַנצע קאָנסטרוקציע, געזאַלבט עס מיט אייל, און דורכגעפֿירט אַ ספּעציעלן ריטואַל פֿאַר אַהרנען און אַהרנס זין, נאָך וועלכן זיי און זייערע אייניקלעך זענען אויף אייביק געוואָרן כּהנים.
בײַם סוף פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה ווערט דערציילט, ווי אַ וואָלקן פֿון דער הייליקער שכינה האָט צוגעדעקט דעם מישכּן, ווײַזנדיק, אַז דאָס הייליקע אָרט איז געשאַפֿן און צוגעגרייט געוואָרן ווי געהעריק. דער וואָלקן האָט דאָרטן תּמיד גערוט בײַטאָג, במשך פֿון אַלע ייִדישע נסיעות אינעם מידבר, און בײַנאַכט האָט אינעם מישכּן געברענט אַ מיסטיש פֿײַער — אויך אַ סימן פֿון דער שכינה־אַנטפּלעקונג.