Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

מיט 70 יאָר צוריק האָט זיך אינעם לאַנד פֿונעם "בליִענדיקן סאָציאַליזם", אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן אָנגעהויבן די מאַסן־הריגה; דעם 5טן אויגוסט, 1937, איז אַרײַן אין קראַפֿט דער באַפֿעל, אונטערגעשריבן פֿון ניקאָלײַ יעזשאָוון, דער דעמאָלטיקער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר אינערלעכע ענינים, "וועגן דער אַקציע פֿון רעפּרעסירן די פֿאַרמעגלעכע פּויערים, קרימינעלע און אַנדערע אַנטיסאָוועטישע עלעמענטן".


פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דעמאָנסטראַציע פֿון די לעבן געבליבענע, זונטיק, אין ירושלים

אין ישׂראל — וווּ דען, אויב נישט אין ישׂראל? — איז אויפֿגעקומען מיט נײַנצן יאָר צוריק — דער געדאַנק צו אָרגאַניזירן יעדעס יאָר אויף דער ערד פֿון פּוילן, אין די אָנדענק-טעג פֿון דעם חורבן, אַ מאַרש פֿון דער ייִדישער יוגנט קיין אוישוויץ, צום מאַסן-קבֿר פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום.

ער איז געבוירן געוואָרן, דער דאָזיקער געדאַנק, בײַ דעם לעצטנס דעמיסיאָנירטן פֿינאַנץ-מיניסטער אַבֿרהם הירשזאָן, וועל­כער האָט אויך אויסגעטראַכט דעם נאָמען פֿאַר אָט דער דעמאָנסטראַציע צום "גיא המוות",


מוזיק
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יאָזעף יאָאַכים, 1898

יאָזעף יאָאַכים איז געווען אַ וווּנדער­קינד מאַחינו־בני־ישׂראל. בליץ שנעל האָט מען אים מזכּה געווען מיט דער קרוין "קיסר פֿון פֿידלבויגן" ("בערלינער טאַגע­בלאַט"), "פּרינץ פֿון דער פֿידל" ("ניו־יאָרק העראַלד") — יאָאַכים איז געווען ממש אַ גאונישער מוזיק־אינטערפּרעטאַטאָר. גאַנ­צע נסים־ונפֿלאָות דערציילט מען עד־היום, ווי יאָאַכים פֿלעגט "דערלאַנגען" אַ פֿידל־שאַפֿונג!

זײַנע אַ שנור, אַליין אַ פֿידל־ווירטואָזין, דערציילט: "די פֿידל פֿון יאָזעף יאָאַכים פֿלעגט אויסוויקלען אַן עשירות פֿון ניואַנסן, פֿאַרבן און קלאַנגען, בעת זײַן האַרץ האָט געפֿיבערט מיט אַ גאַמע פֿון גע­פֿילן. יאָאַכים האָט פֿײַנט געהאַט מיט אַן עפֿעקט צו ווינקען צום צוהערער — דערלאַנגט מיר אַפּלאָדיסמענטן!.."


רעליגיע
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער צײַט ווערט די ייִדישע וועגעטאַרישע און עקאָלאָגישע באַ­וועגונג צומאָל באַטראַכט אין אַ טייל שטרענג-פֿרומע קרײַזן ווי אַ "נישט-טראַדי­ציאָנעלע". די קריטיקער פֿון וועגעטאַריאַניזם טענהן, אַז ייִדישקייט איז, כּלומרשט, בעצם אַן "אַנטי־וועגעטאַרישע" רעליגיע, ווײַל אַ סך ייִדישע טראַדיציעס זענען פֿאַרבונדן דווקא מיטן עסן פֿלייש. אַחוץ דעם, ווערן די וועגעטאַריאַנער אָפֿט קריטיקירט פֿאַרן אַרײַנמישן "אַ פֿרעמדע נישט-ייִדישע אידע­אָלאָגיע" אינעם ייִדישן לעבן.

דער היסטאָרישער אַנאַליז פֿון דער ייִדי­שער טראַדיציע ווײַזט אָבער גאַנץ קלאָר, אַז ביידע טענות זענען נישט באַרעכטיקט. ערשטנס, זענען די פּראָ-וועגעטאַרישע און עקאָלאָגישע אידעען ברייט פֿאַרשפּרייט אין די קבלה-ספֿרים, ווי אויך אין די ווערק פֿון געוויסע מחקרים, ייִדישע רעליגיעזע פֿילאָסאָפֿן.


ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ייִדישע ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַר­באַנד האָט געהאַט דרײַ צענטערס׃ קיִעוו, מינסק און מאָסקווע. זייער היסטאָרישער גורל איז געווען אַ פֿאַרשידנאַרטיקער. מינסק האָט זיך געשניטן אויף צו ווערן דער דעה־זאָגער אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, אָבער ער איז אונטערגעגאַנגען נאָך פֿאַר דער מלחמה. די מינסקער מבֿינים אויף דער פּראָלעטאַרישער קולטור זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן אין איינעם מיט דער ווײַסרוסישער פּאָליטישער און קולטורעלער עליט בעת די "רייניקונגען" פֿון 1935—1937.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה-רבינו ווײַטער דערציילט וועגן דעם שׂכר פֿאַר די מיצוות, און וועגן דעם עונש פֿאַר די עבֿירות: "ראה אנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה" — אויב איר וועט מקיים זײַן די מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן, און אויב איר וועט דינען עבֿודה-זרה — וועט איר ווערן פֿאַרשאָלטן. דער פּסוק דערמאָנט דווקא עבֿודה-זרה, ווײַל די אייניקייט פֿונעם אייבערשטן איז דער עיקר-יסוד פֿון אַלע אַנדערע מיצוות.