Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין מאָסקווע אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס. בײַ אַן אָנדענק־שטיין, אַנטקעגן דער טרויעריק־באַרימטער לוביאַנקע, וווּ עס געפֿינט זיך ביז הײַנט דער צענטער פֿון דער רוסלענדישער זיכער­הייט־אַגענץ, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מיטינג, וווּ מע האָט געלייענט אויף אַ קול די רשימות פֿון די דערשאָסענע סאָווע­טישע בירגער. פֿון 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 10 אַ זייגער בײַ נאַכט האָבן די מיטגלידער פֿון דער אָנדענק־אָרגאַניזאַציע "מעמאָריאַל" אָנגערופֿן די נעמען פֿון די קרבנות, זייער עלטער, פֿאַך און די דאַטע פֿונעם מאָרד.


ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
נישט בלויז בײַ די חסידים לערנען זיך הײַנט פֿרומע מיידלעך אויף ייִדיש. אויפֿן בילד: תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס בײַ דער "בית־יעקבֿ פֿון באָראָ־פּאַרק", אין ברוקלין, נ״י

אין אַ ליכטיקן קלאַסצימער, באַצירט מיט גרויסע ייִדישע אותיות און פֿאַרביקע בילדער, האָט אַ יונגע לערערין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, געקנעלט די פּרשה "לך לך" מיט די איבער צוואָנציק תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס, אַלע אָנגעטאָן אין ליכטיק בלאָע בלוזקעס און טונקל בלאָע קליידלעך. אויף ייִדיש האָט זי געפֿרעגט: "ויאמר — ווער ווייסט די טײַטש פֿון וואָרט — ויאמר?" מיט אימפּעט האָבן די הענט פֿון כּמעט אַלע מיידלעך אויפֿגעשפּרונגען.


ליטעראַטור, מוזיק
בתיה שעכטער

"כ"וועל שענקען דיר — וועלט,
דאָס געפֿלעכט פֿון מײַנע גלידער;
מײַן וואָרט, מײַנע הענט,
דאָס וווּנדער פֿון מײַנע אויגן.
("מײַן ליד")

ווי אַ טייל פֿון דעם "אוי־הו"־מוזיק־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק, האָט די זינגע­רין בתיה שעכטער, באַקאַנט ווי די זינגע­רין און אָנפֿירערין פֿון דער גרופּע "פּרעהס טאָכטער", געשטעלט אַ זעלטענע פּראָ­גראַם אונטערן נאָמען "ראַדיקאַלער חידוש: אַ מוזיקאַלישע אויספֿאָרשונג פֿון דער פּאָע­זיע פֿון אַבֿרהם יהושע העשעל" — אין מאַנהעטן, דעם 23סטן אָקטאָבער.


פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעצטנס, האָט די "Associated Press" פֿאַר­עפֿנטלעכט אַ טשיקאַווע שטיקל נײַעס אין 250 נײַעס־אַגענטורן און פּרעסע־אַגענצן איבער דער וועלט. נעמלעך, אַז ס'האָט זיך אָפּגעזוכט אַן אַלבאָם מיט קונסט־בילדער, געמאָלן אין דאַכאַו־קאָנצענטראַציע־לאַגער אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. באַלד האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט זשורנאַליסטן פֿון איבער דער וועלט, געוואָלט וויסן אַלע פּרטים. דער מענטש, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן אויסגעפֿינס, איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַן זון אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן, וועל­כער האָט זיך מיט מיר אַוועקגעזעצט אין מיטן פֿילמירן דעם דאָקומענטאַרן־פֿילם, וואָס האָט אַ שײַכות צום אַלבאָם, און מיר אויסדערציילט די אינטערעסאַנטע גע­שיכטע וואָס שטעקט הינטער דעם.


פּאָליטיק

איינע פֿון די האַרבסטע קאָשמאַרן, פֿון וועלכע עס לײַדן די באַזיצערס פֿון קאָמ­פּיוטערס, איז די שרעק פֿאַר אַ "ווירוס". נישט קיין ביאָלאָגישן (וואָס איז אויך נישט קיין קליינער שעדיקער פֿון דעם מענטש­לעכן געזונט), נאָר פֿאַר דעם "טעכנאָלאָ­גישן" מזיק, וואָס כאַפּט זיך אַרײַן פּלוצעם און אומדערוואַרט, אַזוי ווי יענער ווירוס, אין די אינערלעכע געוויידן פֿון דעם מכשיר און מאַכט אָפֿטמאָל דאָרט אַ תּל פֿון זײַן גאַנצן אינהאַלט און פֿון דײַן גאַנצער מי.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען שׂרה איז געוווירן געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געבראַכט געוואָרן ווי אַ קרבן, איז איר נשמה "אַרויסגעפֿלויגן" פֿונעם גוף, און זי איז ניפֿטר געוואָרן, אינעם עלטער פֿון 127 יאָר. אַבֿרהם אָבֿינו האָט באַערדיקט זײַן ווײַב אין מערת-המכפּלה — די הייליקע הייל, וועלכע געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון חבֿרון, וווּ עס ליגן אַלע אונדזערע אור-פֿאָטערס און אור-מוטערס, אַחוץ רחל: אַבֿרהם און שׂרה, יצחק און רבֿקה, יעקבֿ און לאה, ווי אויך, לויט דער מסורה, אָדם און חוה. דער פֿריִערדיקער אייגנטימער פֿון מערת-המכפּלה, עפֿרון בן-צוחר, האָט פֿאָרגעלייגט אַבֿרהמען די הייל בחינם, אָבער אַבֿרהם אָבֿינו האָט אים באַ­צאָלט 400 זילבערנע מטבעות, און געקויפֿט אַ גאַנץ פֿעלד אַרום מערת-המכפּלה.