Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ס׳איז נישט קיין סוד, אַז צו זײַן אַ לערער איז אַ בכּבֿודיקע מלאָכה, אָבער קיין גרויסע פֿאַרדינסטן ברעגט עס נישט. לערערײַ איז אין אַלע צײַטן געווען אַ ביטער שטיקל ברויט, הגם דער לערער גופֿא האָט זיך זעלטן ווען געקלאָגט. נישט אומזיסט פֿלעגט מען זאָגן: יעדער מלמד איז אַ שטיק שלימזל.

וועט איר זאָגן: אַזוי איז געווען אַמאָל. אין גלות. דער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל — סײַ פֿון די לערער אין די שולן און סײַ פֿון די פּראָפֿעסאָרן אין די אוניווערסיטעטן — איז בפֿירוש אַ באַווײַז, אַז וואָס שייך לערערײַ, איז דער מצבֿ פֿון די מאָדערנע מלמדים ווײַט נישט קיין פֿויגלדיקער.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צי קען אַ מענטש ענדערן זײַן כאַראַק­טער?

דאָס איז אַן ענין פֿאַר פּסיכאָלאָגן, און אויך זיי זענען נישט געאייניקט אין דעם ענין. אָבער וואָס שייך די מנהיגים פֿון דער מדינה, איז דאָס שוין געוואָרן אַ פּאָליטישע פֿראַגע, וואָס דער ענטפֿער אויף איר איז לרובֿ אויך אָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּאָליטישער אײַנשטעלונג.

גאָר באַזונדערס איז דאָס געקומען צום אויסדרוק נאָכן אויסוואַל פֿון אריאל שרונען ווי דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל און נאָך אים — מיטן צוריקקערן זיך פֿון אהור ברקן אויף דער פּאָליטישער אַרענע, כּדי פֿון דאָס נײַ צו דעראָבערן די מאַכט.


פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון "יד-ושם" האָט מען געשיקט אַ פֿאַרבעטונג אין אוקראַיִנע. מע רופֿט קאָמפּעטענטע אוקראַיִנישע היסטאָרי­קער, זיי זאָלן קומען קיין ירושלים און זיך באַקענען דאָרטן מיט די אַרכיוו-מאַטעריאַלן מכּוח דער מערדערי­שער טעטיקייט פֿונעם גענעראַל ראָמאַן שוכעוויטש-טשו­פּרינקאַ — ער האָט אין די 1940ער יאָרן אָנגעפֿירט מיט דער אַזוי-גערופֿענער אוקראַיִנישער אויפֿשטאַנד-אַרמיי.


געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
אַ רעפֿאָרם־מנין, וווּ ס׳רובֿ פֿון די מתפּללים — סײַ מענער, סײַ פֿרויען — טראָגן טליתים

לויטן סטערעאָטיפּ פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין אַמעריקע, ווערט יעדער דור אַלץ מער אַסימילירט פֿונעם פֿריִערדיקן, אַלץ מער אָפּגעזונדערט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס. אַ נײַע אַנקעטע פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג ווײַזט אָבער, אַז צווישן אירע אַקטיווסטע מיטגלידער, קומט עס דווקא פֿאָר פֿאַרקערט: דער ייִנגערער דור איז מער גענייגט אָפּצוהיטן די ייִדישע מינהגים, ווי דער עלטערער.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ראָ­בערט צו­קערמאַן

שטעלט אײַך פֿאָר, ליבע פֿרײַנד, אַז הײַנט צו טאָג איז נאָך פֿאַראַן אַן אינטעליגענטער טעאַטער־עולם, וועלכער איז גרייט צו זען נישט נאָר אַן ערנסטע פּיעסע, נאָר אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיטן חורבן. מ'קאָרמעט דאָך דעם עולם מיט פּאַפּע, מיט קונסט­לאָזער וואַרע, מיט פּוסטער קליאָטשע, און זיי לאַכן און פּאַטשן און פֿרייען זיך. קומט צו גיין אַן אונטערנעמונג וואָס רופֿט זיך "בלו העראָן טיִעטער," צוזאַמען מיט אַדעל סטרײַקער, נעמען און שטעלן אַזאַ פּיעסע ווי "דער פּופּנמײַסטער פֿון לאָדזש." געשריבן האָט די פּיעסע זשילעס סעגאַל, איבערגעזעצט פֿון פֿראַנצויזיש האָט עס סאַראַ אָ'קאַנאָר, און דער זאַל פֿון "אַרקלײַט־טעאַטער", וואָס געפֿינט זיך אויף דער 201 וועסט־זיבעציקסטער גאַס לעבן בראָדוויי, פֿירט עס אויף. אַ סימן — מ'טאָר נישט אַראָפּלאָזן די פֿליגל.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿריערדיקער פּרשה, האָט יוסף פֿאַרהאַלטן זײַן ברודער, בנימין. זײַן אַנדער ברודער, יהודה, האָט געבעטן בײַ יוספֿן צו באַפֿרײַען בנימינען, כּדי זייער טאַטע זאָל נישט אויסגיין פֿון עגמת־נפֿש. ווען יוסף האָט עס דערהערט, האָט ער מער נישט געקאָנט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן, און האָט געזאָגט זײַנע ברידער, ווער ער איז. נאָך יוספֿס עצה, זענען יעקבֿ מיט זײַן משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, אָנגעקומען קיין מצרים.