- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס וואַרטן אויפֿן באַשלוס פֿון דער אַזוי גערופֿענער ווינאָגראַד־קאָמיסיע האָט דערמאָנט אַ וואָדעוויל־פֿאָרשטעלונג, וווּ דער בר־מינן איז נאָך נישט באַגראָבן, אָבער די קרובֿים שלאָגן זיך שוין איבערן האָב־און־גוטס. ווי איר פֿאַרשטייט שוין, שפּילט אין דעם איצטיקן ישׂראל־וואָדעוויל די הויפּט־ראָלע, איר פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט. ווער סע לייענט "די וועלט פֿון ייִדיש", ווייסט שוין, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אייראָפּע וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר; דער פֿענאָמען קומט פֿאָר נישט נאָר אין דײַטשלאַנד, וווּ צענדילקער קלעזמער־קאַפּעליעס האָבן זיך געשאַפֿן, נאָר אויך אין האָלאַנד, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און אויף אַ קלענערן מאַשטאַב, אין די סקאַנדינאַווישע לענדער. די פֿירמע "Filmaker‘s Library" פֿאַרשפּרייט איצט דרײַ ווידעאָ־פֿילמען וועגן ייִדיש אין אייראָפּע: וועגן דער ייִדישער קולטור בכלל, און בפֿרט וועגן די מוזיקער וואָס שפּילן און זינגען ייִדיש. לעבעדיקע פֿאַרגאַנגענהייט, ווען געווען איז עס, דאַכט זיך, אַזוי ווײַט און דאָך אַזוי נאָענט. דאָס מאָל קלײַב איך זיך דערציילן וועגן אַלכּסנדר ליזענען (ליזענבערג) — אַ שרײַבער, וואָס זײַן פּראָזע איז שטענדיק געווען עכטע פּראָזע, און אַ ייִדישער כּלל־טוער, וואָס האָט פֿיל אויפֿגעטאָן. אויב זאָגן דעם אמת, איז ער בײַ זײַן לעבן ניט געווען פֿאַררעכנט צווישן די אָנגעזעענסטע און באַדײַטנדיקסטע, נאָר ווער, פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, זײַנען עס די ליטעראַרישע ריכטער, וועמענס אורטייל איז ניט צום רעווידירן? מיט 60 יאָר צוריק האָבן די געהיימע אַגענטן פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, נאָך אַ פּערזענלעכן באַפֿעל פֿון סטאַלינען, דערמאָרדעט דעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר, שלמה וואָווסי, באַקאַנט אין דער וועלט אונטער זײַן טעאַטראַלישן נאָמען — מיכאָעלס. די טרויעריקע פּרטים פֿון מיכאָעלסעס מאָרד זענען גוט באַקאַנט; נאָך זײַן טראַגישן טויט, האָט סטאַלינס רעגירונג אומגעבראַכט עטלעכע אַנדערע אָנגעזעענע ייִדישע טוער, און אָנגעהויבן אַ ריי אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, וועלכע האָבן אונטערגעריסן די ייִדישע קולטור אינעם לאַנד, און געדינט ווי איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿון דער מאַסן־אַסימילאַציע פֿון מיליאָנען סאָוועטישע ייִדן. די שאָכשפּיל האָט יאַשען פֿאַרכאַפּט. ער האָט אין דעם שאָך־קעניגרײַך געפֿונען זײַנע פֿרײַנד און פֿײַנט און געוווּסט, ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן מיט זיי. אינעם לעבן איז אָפֿטלעך געווען גאָר אַנדערש. ער האָט געמאַכט דערפֿאָלגרײַכע טריט פֿאָרויס. בײַ פֿופֿצן יאָר האָט ער שוין געשפּילט אין דער שטאָט־מאַנשאַפֿט אויף דעם רעפּובליקאַנער שאָך־פֿאַרמעסט און געוווּנען דאָס צווייטע אָרט; אין צוויי יאָר אַרום איז ער אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דער רעפּובליקאַנער געזאַמלטער מאַנשאַפֿט צו שפּילן אויפֿן אַלפֿאַרבאַנדישן טשעמפּיאָנאַט אין מאָסקווע. זײַן מאַמע און די מומעס זײַנען אַוודאי געוואָרן הייסע אָנהענגערס פֿון שאָך. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "משפּטים", נאָכן ערשטן פּסוק: "ואלה המשפּטים אשר תּשׂים לפֿניהם" — "און דאָס זענען די משפּטים, וואָס דו זאָלסט אײַנשטעלן פֿאַר זיי", האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו. דער דאָזיקער זאַץ קלינגט ווי אַ המשך פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה, וווּ עס ווערן געגעבן די צען געבאָטן. רש״י דערקלערט, אַז דער סינטאַקט פֿונעם פּסוק לאָזט אונדז צו הערן, אַז די מיצוות, וואָס ווערן געגעבן אין דער הײַנטיקער פּרשה זענען אויך געקומען פֿון באַרג סיני, פּונקט אַזוי ווי די עשׂרת-הדברות. |