Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ווי עס פֿירט זיך שוין פֿון קדמונים אָן, קאָן מען אין מיטעלן מיזרח קיין נבֿיא נישט זײַן. די וואָס האָבן זיך אַזוי אָנגערופֿן, האָבן זיכער זייער נבֿיאות אַרויסגעזאָגט אומקוקנדיק זיך אויף צוריק. אַנדערש געזאָגט, שוין נאָך אַלעמען.

אַקעגן וואָס האָבן מיר געבראַכט דעם בײַשפּיל? נאָך 18 טעג פֿון דער אַנטי־טעראָריסטישער מלחמה אין עזה, האָבן זיך אָנגעהויבן אַלץ אָפֿטער הערן קולות פֿון אַלע זײַטן, אַז ס’איז שוין געקומען די צײַט אָפּצושטעלן די מיליטערישע מעשׂים און קומען צו עפּעס אַ סוף. וואָס זשע מיינט דער "עפּעס" אַ סוף?


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַן פֿאָריקן אַרטיקל ("פֿאָרווערטס", דעם 2טן יאַנואַר 2009), וועלכן איך האָב געשריבן אין פֿערטן טאָג פֿון דער לופֿט־"אָפּעראַציע" קעגן עזה, אַ טאָג פֿאַר דעם אַרײַנמאַרש פֿון די יבשה־כּוחות פֿון צה״ל אין "כאַמאַסטאַן", די צום געדיכטסטן באַפֿעלקערטע טעריטאָריע אויף דער וועלט —האָב איך פֿאַרענדיקט מיט דעם פֿאָלגנדיקן זאַץ, מיט וועלכן איך דערלויב זיך דאָ צו עפֿענען דעם הײַנטיקן אַרטיקל:


קינאָ
דער פּורים־שפּילער

אין 1992 איז געגרינדעט געוואָרן דער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל, צונויפֿגעשטעלט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק און דער חשובֿער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער". במשך פֿון דער צײַט, איז עס געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע אונטערנעמונגען אין וועלכער מע קען זען פֿילמען פֿון דער גאַנצער וועלט, וואָס האָבן אַ שײַכות צום ייִדישן לעבן און קענען ווערן אָפּגעשאַצט. הײַנטיקס יאָר וועט דער פֿעסטיוואַל פֿאָרקומען פֿונעם 14טן יאַנואַר ביזן 29סטן יאַנואַר און אַרײַננעמען סײַ לענגערע נאַראַטיווע פֿילמען, סײַ קירצערע און דאָקומענטאַלע פֿילמען.


ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וויקטאָר טשערנאָוו. 
אין דער פּאַרטיי 
סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן׃ 
זכרונות וועגן אַכט פֿירער. פּעטערבורג׃

דאָס בוך פֿון וויקטאָר טשערנאָוו (1873 — 1952), איינער פֿון די גרעסטע רוסישע רעוואָלוציאָנערן, געהערט צו די וויכטיקסטע מקורים פֿאַר דער רוסישער געשיכטע, אָבער ביז לעצטנס איז עס געווען צוטריטלעך בלויז אין ייִדיש. אַרויסגעגעבן אין ניו־יאָרק דורך "גריגאָרי גערשוני ברענטש" פֿון "אַרבעטער־רינג" אין 1948, באַשטייט דאָס בוך פֿון אַכט פֿאַרצייכענונגען, וועלכע זײַנען פֿריִער דערשינען אינעם "פֿאָרווערטס".

טשערנאָוו, וועלכער שטאַמט פֿון אַן עכט־רוסישער משפּחה, האָט קיין ייִדיש ניט געקענט.


פּובליציסטיק, ישׂראל
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
צוליב דעם מלחמה־מצבֿ אין דרום פֿון לאַנד זענען געקומען צום "לייוויק־הויז" 
אין תּל־אָבֿיבֿ אַ גרופּע קינדער פֿון באר־שבֿע. די גרופּע קינדער, אין עלטער פֿון 3 ביז 5 יאָר, האָבן אָנטיילגענומען מיט די עלטערן אין אַ קלאַס אָנגעפֿירט פֿון חנה פּאָלין־גלאַי און דניאל גלאַי.

(קאַמפֿן אָן אָפּשטעל אויף אַלע פֿראָנטן)

דער הײַנטיקער "בריוו פֿון ירושלים" ווערט געשריבן אין דעם 16טן טאָג פֿון דער בלוטיקער מלחמה פֿון דער ישׂראל־אַרמיי קעגן די "כאַמאַס"־טעראָריסטן אין דעם עזה־פּאַס.

די קאַמפֿן גייען אָן אָן אויפֿהער מיט הונדערטער אומגעקומענע און טויזנטער פֿאַרוווּנדעטע אויף ביידע זײַטן פֿון די פֿראָנט־ליניעס. דאָס מאָל איז עס שוין ניט "זבענג וגמרנו!" — וואָס הייסט "געבן אַ קורצן,


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואלה שמות בני ישׂראל הבאָים מצרימה" — "און דאָס זענען די נעמען פֿון בני-ישׂראל, וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים". בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה ווערט איבערגעציילט די צוועלף יעקבֿס זין, און עס ווערט איבערגעגעבן, אַז די צאָל פֿון זײַנע אָפּשטאַמלינגען, וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים, האָט באַטראָפֿן 70 נפֿשות.

ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז אין מצרים געקומען צו דער מאַכט אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט פֿאַרשקלאַפֿט די ייִדן און געצוווּנגען זיי צו טאָן אַ ביטער-שווערע אַרבעט.