Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

זינט די מאַכט אין ירושלים און אין וואַשינגטאָן האָט זיך געביטן, איז אויך דער ווינט אין דער מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק געוואָרן אַ קאַלטער און האַסטיקער. מיט קאַלטקייט האָט אַ צי געטאָן אין די צווישן־באַציִונגען פֿון אַמעריקע און ישׂראל; און באַלד נאָך דעם האָט די דאָזיקע קאַלטקייט זיך פֿאַרשפּרייט אויף די באַציִונגען צווישן טערקײַ און ישׂראל און צווישן ישׂראל און עגיפּטן, צוויי מוסולמענישע לענדער, וואָס אין ישׂראל האָט מען זיי געהאַלטן ווי אַ מוסטער, אַז אויך מיט די מוסולמענער קען מען זײַן "גוטע ברידער".


טעאַטער
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַנדריי קאַשקאַר

"די ראָלע פֿון אַ קאָנפֿעראַסיע וואָס איך שפּיל אין דער פֿאָרשטעלונג 'ווער איז ווער’, האָב איך נאָך קיין מאָל נישט געשפּילט אין מײַן לעבן". אַזוי זאָגט אַנדריי קאַשקאַר, וואָס שפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער נײַער פּיעסע, אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער. דער אַקטיאָר, פֿופֿציק יאָר אַלט, רעפּרעזענטירט מיט זײַן לעבנס־ראָלע, אַ ווירטואָז־שפּיל, געפֿלאָכטן מיט געזאַנג און טאַנץ. ער טוט עס מיט זײַן גאַנצן וועזן. "ווען דער פֿאָרהאַנג לאָזט זיך אַראָפּ, פֿיל איך זיך אויסגעשעפּט", איז זיך מודה קאַשקאַר. "איך האָב נאָך קיין מאָל נישט געהאַט אַזאַ אָנגעשטרענגטע פֿיזישע פֿאָרשטעלונג מיט אַזאַ לאַנגן טעקסט צו זאָגן, און אַ מיליאָן קליידער זיך איבערצוטאָן, ווי אויך גרימירונג.


ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן
די עקספּאָזיציע פֿון באַרימטע ייִדישע פּערזענלעכקייטן, וואָס די תּלמידים האָבן צונויפֿגעשטעלט און אויפֿגעהאָנגען לכּבֿוד דעם סיום־הזמן

אינעם אָנגעזעענעם "פּאַריזער ייִדיש צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק" — דער גרעסטער ייִדישער שפּראַך־אינסטיטוט אין אייראָפּע — לערנען זיך ייִדיש נישט בלויז דערוואַקסענע. יעדע צוויי וואָכן קומען צווישן 20 און 28 קינדער זיך אויך לערנען מאַמע־לשון.

די "קינדערשול" טרעפֿט זיך צוויי זונטיקן אַ חודש, פֿון 2:30 ביז 5:30 נאָך מיטאָג. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט איינע פֿון די דרײַ לערער, אַניק פּרים־מאַרגוליס,


קולטור, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

דעם נאָמען פֿון יצחק (איסאַק) נוסינאָוו (1889—1950) דערמאָנט מען איצט זייער זעלטן, בפֿרט אין ייִדישע פּובליקאַציעס. איך האָב ניט געזען, מע זאָל ערגעץ אָפּמערקן זײַן 120סטן יוביליי, כאָטש אַ שפּור האָט נוסינאָוו איבערגעלאָזט אַ טיפֿן סײַ אין דער סאָוועטיש-ייִדישער מסורה, סײַ אין דער אַלגעמיינער סאָוועטישער געשיכטע. למשל, מיט נוסינאָווס נאָמען איז פֿאַרבונדן דער אָנהייב פֿון דער טרויעריק-באַוווּסטער סטאַליניסטישער קאַמפּאַניע קעגן "קאָסמאָפּאָליטן". קודם-כּל, האָט מען דאָך אַטאַקירט נוסינאָווס בוך "פּושקין און וועלט-ליטעראַטור" (1941),


פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווי באַקאַנט, האָבן בײַם אָנהייב די אַשכּנזישע ייִדן געלעבט מיט אָרטיקע דײַטשן אויף איין טעריטאָריע. דערנאָך האָבן די צוקונפֿטיקע ייִדיש־רעדערס זיך באַזעצט אויף מיזרח, אין די סלאַווישע לענדער. מחוץ די דײַטש־רעדנדיקע לענדער איז די פֿאַרבינדונג צווישן די דײַטשע און ייִדישע קולטורן אָפּגעשוואַכט געוואָרן. ס׳איז שווער אָפּצושאַצן ווי גרויס האָט די דײַטשע קולטור משפּיע געווען אויף דער ייִדישער, און פֿאַרקערט. אינעם פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר קען מען זיכער יאָ אידענטיפֿיצירן ווערטלעך, פֿאָלקס־מעשׂיות און פֿאָלקסלידער, און אַפֿילו מינהגים אָדער גלייבענישן, מיט וועלכע ביידע פֿעלקער טיילן זיך.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צוליב דעם קאָנפֿליקט מיט זײַן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן היים אין באר־שבֿע, און זיך געלאָזט קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער לבֿן. ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿריִערדיקע פּרשה, איז עשׂו געוואָרן אין כּעס צוליב דעם, וואָס יעקבֿ האָט בײַ אים צוגענומען דעם טאַטנס ספּעציעלע ברכה.

אויפֿן וועג קיין חרן, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אין אַ געוויסן מיסטישן פּלאַץ. דאָרט האָט ער געזען אין אַ חלום, ווי מלאָכים גייען אַרויף און אַראָפּ אויף אַ "לייטער צום הימל".