- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די לעצטע וואָך פֿאַר ראָש־השנה איז פֿאַר דער ישׂראל־רעגירונג געווען אָנגעזעטיקט מיט וויכטיקע טרעפֿונגען — אין וואַשינגטאָן, בשעתן אָנשטעלן אַ דירעקטן קאָנטאַקט מיט דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע און אין מאָסקווע, וווּ ס'איז געפֿלויגן דער שוץ־מיניסטער אהוד ברק אונטערצושרײַבן אַ וויכטיקן אָפּמאַך מיט רוסלאַנד וועגן אַ פֿינף־יאָריקער מיטאַרבעט אין געביט פֿון מיליטערישער טעכנאָלאָגיע. דער "פֿאָרווערטס", איינע פֿון די באַליבטסטע און חשובֿסטע אינסטיטוציעס אין דער וועלט פֿון אַמעריקאַנער זשורנאַליזם, האָט שוין אָנגעהויבן ברעכן אירע ביז־איצטיקע גרענעצן פֿון טינט און פּאַפּיר, און געוואָרן אַ געהעריקער בירגער פֿון דער נײַער דיגיטאַלישער וועלט. צי איר און אײַער משפּחה לייענט און האָט הנאה פֿונעם "פֿאָרווערטס" שוין דורות לאַנג, צי איר האָט אונדז אַנטדעקט, נאָך דעם ווי אַ "פֿייסבוק"־פֿרײַנד האָט אײַך צוגעשיקט אַ פֿאַרבינדונג צו איינעם פֿון אונדזערע בלאָגס אָדער ווידעאָס, דאַרפֿט איר פֿאַרשטיין וואָס פֿאַראַ פּרטים מיר האָבן בדעה צו בײַטן, און וועלכע אַספּעקטן פֿון אונדזער טעטיקייט וועלן מיר זיך באַמיִען אָנצוהאַלטן אויף להבא. "צום וויפֿלסטן מאָל"? — האָבן מיר שוין געפֿרעגט. און אַז די בשׂורה וועגן דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט איז אויפֿגענומען געוואָרן סקעפּטיש — האָבן מיר שוין געזאָגט? און אַז די דערוואַרטונגען אויף אַ שלום־הסכּם אין די נאָענטסטע יאָרן זײַנען שטאַרק געפֿאַלן — האָבן מיר שוין געשריבן? וואָס אַלץ איז שוין נישט געשריבן געוואָרן וועגן די שוואַכע אויסזיכטן אויף אַ גיכן שלום אין אונדזער ראַיאָן, און וואָס קאָן מען נאָך צו דעם אַלעם צוגעבן הײַנט, דרײַ טעג נאָך דער דערעפֿענונג פֿון דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט אין וואַשינגטאָן, נאָכן "אײַנפֿעדעמען" — לויטן שנײַדערישן לשון, און נאָכן "אײַנזייפֿן" לויט דער פֿריזירער־שפּראַך — פֿון די דירעקטע געשפּרעכן?
לויט ווי איך פֿאַרשטיי, וואָלט געווען אַן אָך און וויי צו דער וועלט ווען נישט די ייִדן, די אויסטערלישסטע און אינטערעסאַנטסטע פֿון אַלע פֿעלקער אין אַלע צײַטן. אָן אונדז וואָלט די וועלט אויסגעזען פֿאַראָרעמט און פֿאַראומערט. העלפֿט גאָט און ס’באַווײַזן זיך אויף דער אייבערפֿלאַך פֿון דעם ערדקוגל די פֿילקאָלירטע, שעפֿערישסטע און שאַרף זיניקע אַחינו־בני־ישׂראל, מיט זייער אויסטערלישער געשיכטע, מיט זייער חכמה און זייער אַוועקמאַכן מיט דער האַנט "נישט גוט? ס’וועט זײַן גוט!" מיט זייער טרײַבן קאַטאָוועס און כּסדר פּאָרען זיך אַרום דעם געוויסן פֿון דער וועלט ווי די מוראַשקעס אַרום זייער מלכּה. עס קאָכט זיך מיט דער ייִדישער קולטור די טעג אין האַמבורג, דײַטשלאַנד. לעצטע וואָך, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער, איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער אָרטיקער "שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט", וועגן דעם לעבן און ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, מיט דער באַטייליקונג פֿון יאַנינאַ וווּרבס, העטהער וואַלענסיע, אליעזר ניבאָרסקי און מרים טרין. די וואָך הייבט זיך אָן דער "אינטערנאַציאָנאַלער קלעזמערפֿעסט־האַמבורג" מיט קאָנצערטן, וואַרשטאַטן און לעקציעס. נישט נאָר פֿאַרבעטמען די וועלט־באַרימטע מוזיקער, ווי "בראַווע אַלטע וועלט" און לאָרין סקלאַמבערג; אויך די האַמבורגער און אַנדערע דײַטשע זינגערס און קאַפּעליעס וועלן באַווײַזן דאָרט זייער קונסט. דאָס ייִדישע ווערטל, "אַז מען עסט שוין חזיר, זאָל עס רינען פֿון דער באָרד!" איז אַ דערמאָנונג נישט צו זײַן קיין פֿולער היפּאָקריט, אָבער איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס’איז אויך אַ טיף באַגראָבענער אָפּקלאַנג פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדנטום אונטער דער שפּאַנישער אינקוויזיציע. אין אָנהייב פֿון די דאָזיקע גרויליקע צײַטן, מיט אַ 600 יאָר צוריק, איז אַ ייִד וואָס האָט זיך געמוזט ראַטעווען דורך דעם שמדן זיך — ווערן אַ "קאָנווערסאָ" — נאָך אַלץ נישט געווען זיכער מיטן לעבן. אונטער דער אימה פֿון די קריסטלעכע יעגערס און פֿאַררעטערס וואָס האָבן געוואָלט אויפֿווײַזן, אַז ער איז נאָך נישט קיין פֿולשטאַמיקער קריסט, האָט דער געוועזענער (און אָפֿט מאָל באַהאַלטענער) ייִד געמוזט זיך האַלטן אין דרויסן ווי אַ "קריסט מיט די ביינער". |