Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

כּל־זמן ישׂראל און אַמעריקע זוכן ווייטיקלעך אַ פּשרה, ווי אַזוי צו באַוואָרענען די פּאַלעסטינער מיט אַן אייגענער מלוכה (דערבײַ זאָלן אויך די שעפּסן בלײַבן גאַנץ און די וועלף — זאַט); זוכט רוסלאַנד אַ וועג אַרײַנצושטעלן אַ פֿוס אין דער נאָך נישט געשאַפֿענער פּאַלעסטינער מלוכה (לויט אַן אַנדער ווערטל: פֿון אַ חזיר אַ האָר). צוליב דעם לאָזט מאָסקווע אין גאַנג אירע שוין אויסגעפּרוּווטע מיטלען (אויסגעפּרוּווט נאָך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד) צו דערנענטערן צו זיך די פּאַלעסטינער, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף דער טראַדיציאָנעלער פֿרײַנדשאַפֿט מיט די אַראַבישע ברידער.

אַזוי, למשל, איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער מאָסקווע אַ צונויפֿקומעניש צווישן די פֿירער פֿון פֿאַרשידענע פּאַלעסטינער גרופּירונגען, אָרגאַניזירט כּלומרשט דורכן אינסטיטוט פֿון מיזרח־פֿאָרשונגען בײַ דער רוסלענדישער אַקאַדעמיע. אמת, אין דער דאָזיקער טרעפֿונג האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט די מיטאַרבעטער פֿון אויסערן־מיניסטעריום, אָבער דאָס זײַנען שוין קלייניקייטן. דער הויפּט־ציל איז דאָך געווען אַרויסצוהעלפֿן רויִק, אָן אַ דראַנג פֿון דרויסן, צו פֿאַרפֿעסטיקן דעם "דערפֿאָלג", וואָס איז דערגרייכט געוואָרן אין קאַיִר צווישן די צוויי גרעסטע פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס — "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס".


געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ישׁראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו (דריטער פֿון רעכטס) זיצט לעבן דעם ירושלימער בירגער־מײַסטער ניר באַרקאַט (פֿערטער פֿון רעכטס), בעת דער וועכנטלעכער קאַבינעט־זיצונג — די ערשטע זינט זײַן אומקער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן

ווער זאָגט עס, אַז נתניהו האָט גאָרנישט געלערנט פֿון זײַנע פּאָליטישע דורכפֿאַלן אין זײַן ערשטער רעגירונג פֿון מיט איבער צען יאָר צוריק און אין די צוויי יאָר פֿון זײַן איצטיקער רעגירונג?

זײַן איצטיקער באַזוך אין וואַשינגטאָן און זײַן טריִומפֿאַלער צוריקקער פֿון דאָרט קיין ישׂראל האָט בפֿירוש דערוויזן, אַז ער האָט זיך אין אָט דער צײַט גוט אויסגעלערנט די חכמה און די פּראַקטיק פֿון... רעדן. און, אין קעגנזאַץ צו דעם באַקאַנטן פֿאָלקסווערטל, אַז "ווען רעדן וואָלט געווען אַ פֿאַך", אאַז״וו, האָט ער זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ גרויסער קינסטלער, אַ מײַסטער אין דעם פֿאַך.

ער האָט אויך אין דער זעלבער צײַט ווי אַ כּישופֿמאַכער דערוויזן, אַז "פֿון זאָגן ווערט מען נישט טראָגן": אין דער קורצער שעה פֿון זײַן רעדע — סײַ פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס און סײַ פֿאַרן ייִדישן לאַבי, דעם "אייפּאַק", האָט ער אַדורכגעפֿירט אַ סעמאַנטישן אַבאָרט און האָט פֿאַרוואַנדלט זײַן קאַטעגאָרישן "ניין" אין אַן אויסגעבלאָזן איי...

אין זכות פֿון אָט דעם רעטאָרישן טאַלאַנט קענען מיר הײַנט שוין פֿרײַ אָפּעטעמען און שלאָפֿן רויִק: עס איז געוואָרן אויסגעמיטן אַ מלחמה צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע!


פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ניו־יאָרק און מאָנטרעאָל זענען צוויי שטעט וואָס געפֿינען זיך בלויז עטלעכע שעה צוצופֿליִען איינער פֿון דער אַנדערע, נאָר זיי זײַנען ווי טאָג און נאַכט וואָס שייך זייערע פֿיל־שפּראַכיקע "לאַנדשאַפֿטן"; דער עיקר, די לאַנדשאַפֿטן פֿון ייִדיש און פֿראַנצויזיש. די "לאַנדשאַפֿט" פֿון אַ לשון באַשטייט פֿון דער קולטור און פֿון די אינסטיטוציעס, וואָס אַנטוויקלען זיך אויף און אַרום דעם לשון, דאָס הייסט, נישט נאָר דאָס לשון גופֿאַ, נאָר די גאַנצע סבֿיבֿה וואָס איז מיט אים פֿאַרבונדן.


פֿראַנצויזיש אין קאַנאַדע

פֿראַנצויזיש איז געקומען קיין קאַנאַדע ווי אַן אָנזאָג און פֿירשפּרעכער פֿון אַ גרויסער פֿראַנצויזישער אימפּעריע אין "דער נײַער וועלט". פֿון דער גאַנצער מעכטיקער אימפּעריע, וואָס די פֿראַנצויזן האָבן פֿאַרלוירן בעת זייערע קאַמפֿן מיט די ענגלענדער אויף די אַ״ג "פּליינען פֿון אַבֿרהם" (1759), איז זייער לשון געבליבן ווי אַ זכר־לחורבן און ווי אַ נר־תּמיד; אי ריזיק, אי אָפּהענטיק. פֿון דער גרויסער אימפּעריע איז שוין לאַנג כּמעט ווי גאָרנישט ניט געבליבן, נאָר דאָס לשון זייערס האָט במשך אַ סך דורות געהאַלטן אין איין וואַקסן און אויסשפּרייטן זיך. אַפֿילו אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון די שטאַטן, ניט ווײַט פֿון דער קאַנאַדער גרענעץ (וועגן קאַנאַדע גופֿאַ איז דאָך אָפּגערעדט), זענען אויפֿגעקומען הונדערטער פֿראַנצויזישע ייִשובֿים, שולן, קלויסטערס, אוניווערסיטעטן, געשעפֿטן, צײַטונגען, קראָמען און וווילטעטיקע קרײַזן. זייער אַריכות־ימים איז עד־היום אַ ריזיקער כּוח. אין דער קאַנאַדער געזעלשאַפֿט איז דער "פֿראַנצויזישער פֿאַקט" אַ קלאָר וויכטיקער און אַפֿילו דאָמינאַנטער אויף גאָר אַ סך געביטן: דעמאָגראַפֿיש, פּאָליטיש, עקאָנאָמיש און קולטורעל.


געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גלייביקער לאָזט מענטשן וויסן, מיט צוויי וואָכן צוריק,
אַז די וועלט וועט זיך ענדיקן דעם 21סטן מײַ;  אין מאַנהעטן

מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק פֿלעג איך גיין אין מײַן לערנשול דורך אַ פּאַרק, אָדער ריכטיקער — אַ שטיקל פּאַרק, ווײַל מע האָט אים דעמאָלט נאָר פֿאַרלייגט און אָנגערופֿן "פּאַרק פֿון שלום"; ווײַל פּונקט דעמאָלט האָט ניקיטאַ כרושטשיאָוו זיך אַרומגעטראָגן מיט זײַן סטראַטעגיע פֿון שלום איבער דער גאַנצער וועלט. און נאָך איין מאַנקאָליע האָט ער — כרושטשיאָוו — זיך דעמאָלט אַרײַנגעקלאַפּט אין זײַן פּויעריש-באָלשעוויסטישן קאָפּ, דהײַנו: אַז אין יאָר 1980 וועט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרײַנטרעטן אין דער תּקופֿה פֿון קאָמוניזם. ווי מיר ווייסן איצט, האָט אי כרושטשיאָוו אי דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרײַנגעטראָטן אין אַ היפּש ביסל זאַכן, אָבער ניט אין קאָמוניזם.

כרושטשיאָוו איז געווען ניט דער איינציקער, וואָס האָט געגלייבט, אַז דער מאַרקסיסטישער גן-עדן איז ערגעצוווּ גאָר ניט ווײַט, אַז מע קען אים שוין כּמעט אַ טאַפּ טאָן צי, לכל-הפּחות, זען פֿון דער ווײַטנס; בפֿרט, אויב מע געפֿינט זיך אין מאָסקווע. טובֿיה גען, דער סאָוועטיש-ייִדישער שרײַבער, האָט מיר דערציילט, ווי ס׳האָט אין קאָמוניזם געגלייבט דער תּמיד שיכּורעוואַטער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג הינטער מאָסקווע, וווּ גען האָט קוים געפֿונען אַן אַרבעט נאָך דעם ווי מע האָט אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה ליקווידירט דעם מאָסקווער פֿאַרלאַג "אמת". יעדן אין דער פֿרי פֿלעגט דער רעדאַקטאָר קומען און קודם-כּל פֿרעגן, צי די רעגירונג האָט נאָך ניט אַנאָנסירט דעם אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

David Bezmozgis.
The Free World.
Toronto: Harper Collins, 2011


דער מאַרשרוט דורך ווין און רוים איז באַקאַנט פֿאַר אַלע ייִדישע עמיגראַנטן, וואָס זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין אַמעריקע אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. דאָס איז געווען אַ פּועל–יוצא פֿון אַ פּאָליטישער פּשרה אין דער קאַלטער מלחמה. אַנשטאָט צו לאָזן אַלע די, וואָס האָבן באַקומען וויזעס צו מאַכן עליה קיין ארץ־ישׂראל, קומען צו פֿליִען דירעקט קיין תּל־אָבֿיבֿ, האָט מען אײַנגעאָרדנט אַ טראַנזיט־סטאַנציע אין ווין. דאָס האָט געגעבן יעדן די מעגלעכקייט צו דערקלערן, אַז אַנשטאָט ישׂראל וויל מען זוכן גליקן ערגעץ־וווּ אַנדערש.

אַזאַ מין שיטה האָט געבראַכט עגמת־נפֿש פֿאַר ישׂראל, אָבער די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן באַשטאַנען אויף דעם רעכט פֿון פֿרײַער ברירה. די צאָל פֿון אַזעלכע "נושרים" ("אָפּגעפֿאַלענע בלעטער", ווי מען האָט זיי גערופֿן אויף העברעיִש) האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן, און צום סוף פֿון די 1970ער יאָרן דערגרייכט צו פֿופֿציק פּראָצענט. דער ערשטער אָפּשטעל אויפֿן וועג צו פֿרײַהייט איז געווען אין רוים, וווּ די אַמעריקאַנער ייִדישע הילף־אָרגאַניזאַציעס האָבן געשאַפֿן אַ ספּעציעלן טראַנזיט־פּונקט, מען זאָל קענען וואַרטן אויף אַרײַנפֿאָר־וויזעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע אָדער אויסטראַליע.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה — "במדבר". די נעמען פֿון יעדן גרויסן תּורה־טייל, אַזוי ווי די נעמען פֿון די באַזונדערע פּרשיות, ווײַזן אָן אויף דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו, וואָס ווערט אין זיי באַהאַנדלט.

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן פֿאָרגעזעצט די פּרטימדיקע חשבונות פֿון די ייִדישע שבֿטים און משפּחות, צוליב וועלכע דער גאַנצער חומש "במדבר" ווערט אויך אָנגערופֿן "ספֿר פּקודים" — אַ ספֿר פֿון חשבונות. "נשׂא את ראש בני גרשון" — דער אייבערשטער האָבן געהייסן משה רבינו איבערצוציילן די אייניקלעך פֿון גרשון — דער עלטסטער זון פֿון לוי. דערנאָך ווערן איבערגעציילט די אייניקלעך פֿון לויס אַנדערע צוויי זין — קהת און מררי.

ווען די ייִדן האָבן געוואַנדערט אינעם מידבר, האָבן די לויים געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער טראַנספּאָרטאַציע פֿונעם הייליקן מישכּן. די אייניקלעך פֿון גרשון האָבן געטראָגן די לעדערנע ווענט און פֿאָרהאַנגען פֿונעם מישכּן, ווי אויך דעם מזבח; די אייניקלעך פֿון מררי האָבן געטראָגן די ברעטער, זײַלן און אַנדערע פֿאַרבינדונג־טיילן, אויף וועלכע עס האָט זיך געהאַלטן דער גאַנצער הייליקער בנין; און די בני־קהת, צו וועלכע עס האָט געהערט משה רבינו אַליין, האָבן געטראָגן אויף זייערע פּלייצעס די הייליקסטע טיילן פֿון מישכּן, אַרײַנגערעכנט דעם אָרון־הברית מיט די צוויי לוחות, די גאָלדענע מנורה און דעם אינערלעכן גאָלדענעם מזבח פֿאַרן קטורת.