Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער פּרעזידענט בוש אײַלט זיך צו פֿאַרסך־הכּלן זײַן טעטיקייט און איבערצולאָזן נאָך זיך אַ שם פֿון אַ פֿרײַהייט־טרעגער און שלום־מאַכער; און אויב אינעם ערשטן טערמין פֿון זײַן פּרעזידענטשאַפֿט האָט ער גאַלאָפּירט אויפֿן פֿערדל פֿון קאַמף קעגן וועלט־טעראָר, וואָס האָט אים אַרײַנגעבראַכט אין זײַן צווייטער קאַדענץ אויף נאָך פֿיר יאָר, האָט אים דאָס דאָזיקע "פֿערדל" צום סוף פֿון זײַן ממשלה אין "ווײַסן הויז" פֿון זיך אַראָפּגעוואָרפֿן.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינער פֿון די אויסגעפּרוּווטע אופֿנים פֿון פּאָליטיקער צוצוציִען צו זיך די עפֿנטלעכע פֿאַראינטערעסירונג איז — דורך אײַנרוימען עמעצן שטילערהייט אין אויער אַ וואָרט, אַ געזאָג, אויף אַן אופֿן, אַז אַלע זאָלן אים דערהערן. אַזוי האָט אַמאָל ביבי נתניהו געהאָט אַרײַנגעשושקעט אין אויער פֿון דעם אַלטיטשקן, דעמאָלט איבער הונדערט־יאָריקן רבֿ פֿון די מקובלים, הרבֿ כּדורי, אַז די "לינקע" זענען נישט קיין פּאַטריאָטן, זיי זענען שׂונאי־ישׂראל — און זײַן שטילער פֿליסטער האָט דאַן אַרויסגערופֿן אַ הילכיקן אָפּקלאַנג אין גאַנצן לאַנד.


טשיקאַװעס
אַן אַלטע טיבעטישע מאַפּע פֿון שאַמבאַלאַ

אין די נײַעס וועגן דעם איצטיקן קאָנ­פֿליקט אין טיבעט פֿיגורירט נישט זעלטן דאָס וואָרט "שאַנגרי־לאַ" — דער נאָמען פֿונעם אוטאָפּישן לאַנד אין דזשיימס היל­טאָנס ראָמאַן "פֿאַרלוירענער האָריזאָנט". אַ סך אייראָפּעער שטעלן זיך פֿאָר טיבעט, ווי אויך דעם בודיסטישן ווײַטן מיזרח בכלל, ווי אַן עקזאָטישע אידיליע פֿון שלום, אַריכות-ימים, נאַטירלעך לעבן צווישן דער אומ­באַרירטער ווילדער נאַטור.


טעאַטער
טעאַטער "חבֿרים" (פֿון רעכטס): א. יעסילעווסקאַיאַ, ד. וואַרער, ס. קיפֿאַ, ל. קאָטליאַר, מ. בירקאָ, יו. מאַגליאָוואַני

אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָבן צוויי טעאַ­טערס אין ניו־יאָרק, "חבֿרים" און "די פֿאָלקסבינע", געעפֿנט זייער סעזאָן מיט דער זעלבער פּיעסע — "די כּתובה" פֿון אפֿרים קישוֹן. וואָס זשע האָט געבראַכט די צוויי טעאַטערס, פֿאַרשידענע לויט זייער געשיכטע, עסטעטיק, שפּראַך און אַנ­דערע גרעסערע און קלענערע פּרטים, וואָס איז נישט אָפּצוטיילן פֿון דעם באַגריף טעאַטראַלע קונסט,


זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווינטערוועלט!

לויט דעם קאַלענדאַר וואָלטן די פֿרעסט געמעגט נאָך צוּוואַרטן, נאָר ניט אונדז, מענטשן, פֿרעגן זיי און ניט אונדז פֿאָלגן זיי. די קאַלטע, האַרבסטיקע רעגנבײַטשן, וואָס האָבן טאָג־און־נאַכט געשמיסן אַלץ און אַלעמען אויף זייער וועג, איז קאַרג געווען, האָט אַ בריִענדיקער פֿראָסטיקער ווינט זיך פֿאַרדרייט אין אַ ווילדן וויכער און מיט רציחה גענומען וואַרפֿן שטיקער שטײַפֿן שניי אין די פּנימער.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אשה כּי תזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון". די הײַנטיקע פּרשה הייבט אָן מיט די דינים פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, ווען זי האָט אַ זון. דאָס וואָרט "תזריע" קאָן איבערגעזעצט ווערן ווי "זי וועט זיך מאַכן טראָגעדיק" אָדער, בוכשטעבלעך, "זי וועט פֿאַר­פֿלאַנצן דעם זוימען". אַזאַ אומגעוויינטלעכן אויסדרוק ווײַזט אָן דעם גײַסטיקן באַדײַט פֿונעם פּסוק. דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן די וועלט ווי אַ געמיש פֿון קעגנזײַטיקע כּוחות — "חסד" און "גבֿורה".