Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די צווישן־באַציִונגען פֿון ישׂראל און טערקײַ ווערן מיט יעדן טאָג אַלץ מער אָנגעצויגן. בפֿרט נאָכן פּראָוואָקאַציע־אינצידענט אויף דער טערקישער שיף "מאַרמאַראַ". ערשט די וואָך, ממש פֿאַר זײַן אַרויספֿאָרן קיין וואַשינגטאָן צו דער טרעפֿונג מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ, האָט פּרעמיער נתניהו אין אַ דעקלאַראַטיווער פֿאָרעם געזאָגט, אַז ישׂראל באַדויערט וועגן די נײַן אומגעקומענע טערקישע בירגער אויף דער דאָזיקער שיף, אָבער זי וועט זיך נישט אַנטשולדיקן, מחמת די ישׂראל־סאָלדאַטן האָבן אָנגעהויבן שיסן, כּדי צו פֿאַרטיידיקן זייערע לעבנס פֿון די צעיושעוועטע באַנדיטן, וועלכע האָבן זיך אויף זיי אַרויפֿגעוואָרפֿן מיט אײַזערנע שטעקנס.


ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט, קולטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
ד״ר אַלען בערן

ווער וואָלט געקענט גלייבן, אַז דײַטשלאַנד וועט ווערן אַ צענטער פֿון ייִדיש געזאַנג און קלעזמער־מוזיק נאָכן חורבן? דער פֿענאָמען איז אַ גאָר אינטערעסאַנטער און קאָמפּליצירטער און ווערט גוט דאָקומענטירט אין אַ נײַער קאָמפּאַקטל־געשיכטע וואָס די דײַטשע פֿירמע "Bear Family Records" האָט אין חודש יוני אַרויסגעגעבן אויף 12 דיסקן. די פֿירמע האָט אַ שם פֿאַר אירע אויסשעפּיקע אַנטאָלאָגיעס פֿון רעקאָרדירונגען, און אין דער נײַסטער — "זאָל זײַן: ייִדישע מוזיק אין דײַטשלאַנד און איר אײַנפֿלוס (1953—2009)" — האָט מען אַרײַנגעלייגט אַ סך פֿאָרש־אַרבעט און מי. "זאָל זײַן" (Sol Sajn) ווערט אײַנגעטיילט אין פֿיר חלקים און יעדער חלק באַשטייט פֿון דרײַ קאָמפּאַקט־דיסקן.


פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לענאַ גאָרעליק

די לעצטע גרויסע כוואַליע פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז געגאַנגען אין דרײַ ריכטונגען. דאָס רובֿ עמיגראַנטן האָבן עולה געווען קיין ישׂראל; די צוויי אַנדערע שטראָמונגען זײַנען געגאַנגען קיין אַמעריקע און דײַטשלאַנד. יעדע גרופּע האָט מיט דער צײַט געשאַפֿן אַן אייגענע קולטור׃ פּרעסע, טעאַטער, ליטעראַטור, אַפֿילו קינאָ. אין די 1990ער יאָרן איז די הויפּט־שפּראַך פֿון אַלע אימיגראַנטן געווען רוסיש. אָבער אינעם נײַעם יאָרהונדערט איז אונטערגעוואַקסן אַ נײַער דור, וואָס פֿילט זיך באַקוועמער אין דער נײַער שפּראַך פֿונעם לאַנד וווּ מען וווינט.


מוזיק, געשיכטע
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"השירים אשר לשלמה", 1623

אין די סופֿיקע יאָרן פֿון 16טן יאָרהונדערט דערשײַנט אין מאַנטאָוואַ (צפֿון־איטאַליע) אַ ייִדישער גאָון פֿון מוזיק מיטן נאָמען סאַלאָמאָנע ראָססי (די איטאַליענער האָבן אים "צוגעטשעפּעט" דעם "אַיִל־העברעאָ" — דער ייִד. בײַ ייִדן איז זײַן נאָמען — שלמה מן האדומים. סאַלאָמאָנע ראָססי איז ווײַט נישט געווען אַבי ווער: זײַן נאָמען דערשײַנט אין אַלע מוזיק־ענציקלאָפּעדיעס. די דײַטשישע ענציקלאָפּעדיע — "די מוזיק" — ווידמעט אונדזער ראָססי אַ גאַנץ גרויסן דף מיט שפּאָרע אויפֿקלערונגען. די מוזיק פֿון ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן איבערגאַנגס־פּעריאָד פֿון רענעסאַנס צו באַראָק.


פּובליציסטיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די לעצטע חדשים זײַנען אין צפֿון מאָלדאָווע אויפֿגעדעקט געוואָרן צוויי דענקמעלער, לזכּרון די אומגעבראַכטע דאָרטיקע ייִדן בעתן חורבן. דער ערשטער דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אינעם דאָרף פּעפּען, וווּ אין איין יולי־נאַכט, 1941 האָבן די רומענישע פֿאַשיסטן אויסגעהרגעט 326 ייִדן סײַ פֿון פּעפּען און סײַ די בעזשענצעס, וואָס האָבן זיך אינעם דאָרף אויסבאַהאַלטן. אַלע ייִדן האָט מען צונויפֿגעזאַמלט אינעם הויז פֿונעם דאָרפֿישן ראַט, כּלומרש צו קאָנטראָלירן זייערע דאָקומענטן. צוויי מעת־לעת האָט מען זיי דאָרט געהאַלטן פֿאַרשפּאַרט; נישט געגעבן ניט עסן און ניט טרינקען.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מטות

די ייִדישע שבֿטים ווערן אָנגערופֿן אין דער תּורה מיט צוויי פֿאַרשיידענע ווערטער: "שבֿטים" און "מטות". דער צווייטער סינאָנים דינט ווי דער נאָמען פֿון דער ערשטער סדרה אין דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה.

משה רבינו האָט זיך געווענדט צו די מנהיגים פֿון די ייִדישע שבֿטים — "ראָשי המטות" — און איבערגעגעבן זיי די הלכות פֿון נדרים. זײַנע רייד הייבן זיך אָן מיט די ווערטער "זה הדבֿר אַשר צוה ה׳" — דאָס איז די זאַך, וואָס דער אייבערשטער האָט געהייסן. די רייד פֿון די שפּעטערדיקע נבֿיאים הייבן זיך אָן אָפֿט מיט דער פֿראַזע "כה אָמר ה׳" — אַזוי האָט דער אייבערשטער געזאָגט.