Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך זײַנען אין דער וועלט־פּרעסע זייער לעבעדיק אַרומגערעדט געוואָרן צוויי טעמעס, פֿאַרבונדן דווקא מיט דײַטשלאַנד. ערשטנס, איז אין בערלין, וווּ די נאַציסטישע סימבאָליק איז געזעצלעך שטרענג פֿאַרווערט, דערעפֿנט געוואָרן אַן אויסשטעלונג, וואָס טראָגט זייער אַ קאָנקרעטן נאָמען: "היטלער און דאָס דײַטשישע פֿאָלק". צום ערשטן מאָל נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה קומט אין דײַטשלאַנד, אין דעם פּרעסטיזשפֿולן היסטאָרישן מוזיי, פֿאָר אַזאַ קאָנטראָווערסאַלע אויסשטעלונג.


קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"געוויינטלעכע שיל"׃ אויסשטעלונג אינעם געשיכטע־מוזיי פֿון רעליגיע, סאַנקט־פּעטערבורג, פֿונעם 20סטן סעפּטעמבער ביזן 5טן דעצעמבער. קוראַטאָרן: אַלאַ סאָקאָלאָוואַ און וואַלערי דימשיץ, אַקאַדעמישער צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקע"


אין סאַנקט־פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג, געווידמעט דעם צענטראַלן עלעמענט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער "וועלט, וואָס איז מער נישטאָ"׃ די אַלטע שילן פֿונעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ. מיט הונדערט יאָר צוריק זײַנען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע געשטאַנען צענדליקער טויזנט גרויסע און קליינע שילן, קלויזן, בתּי־מדרשים, שטיבלעך. הײַנט איז פֿון זיי כּמעט גאָרניט ניט געבליבן, בלויז די סאַמע פֿעסטע געמויערטע געבײַדעס האָבן אויסגעהאַלטן די קאַטאַסטראָפֿאַלע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.


געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַנעט וועוויאָרקע באַקומט דעם ערן–לעגיאָן

לעצטן 30סטן סעפּטעמבער איז אין פּאַריז פֿאָרגעקומען אַ באמת אומגעוויינטלעכע צערעמאָניע. די היסטאָריקערין אַנעט וועוויאָרקע, פֿון די אָנגעזעענסטע פֿאָרשער פֿון דער געשיכטע פֿון דריטן חורבן, האָט באַקומען דעם מעדאַל "אָפֿיציר פֿון מלוכה–אָרדן פֿון ערן–לעגיאָן" — איינע פֿון די חשובֿסטע אויסצייכענונגען וואָס פֿראַנקרײַך טיילט אויס יענע בירגער, וואָס האָבן געברענגט אַ באַזונדערס וואָגיקן בײַטראָג פֿאַרן לאַנד אויף וואָסער עס איז געביט. אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון דער לאַורעאַטין, זענען אויף דער פֿײַערונג געזונגען געוואָרן לידער אויף ייִדיש — מסתּמא צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִחוסדיקן ערן–לעגיאָן, וואָס נאַפּאָלעאָן האָט אים אײַנגעפֿירט אין 1802.

פֿאַר דער ייִדיש–וועלט האָט אַנעט וועוויאָרקע נישט נאָר אַ וויכטיקן אייגענעם זכות, נאָר אויך אַ גרויסן זכות–אָבֿות.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סעטה דוער אין דער ראָלע פֿון לעסלי

צו ספּראַווען זיך מיטן אַנטיסעמיטיזם אויף דער בינע, האָט דער דראַמאַטורג רענדי כּהן אויסגעקליבן פֿאַר זײַן פּראָטאַגאָניסט אַ מיטליעריקן קאַלעדזש־פּראָפֿעסאָר (סעטה דוער), וועלכער שטייט איינער אַליין אויף דער בינע נאָענט צו צוויי שעה צײַט, און דערלאַנגט אַ לעקציע וואָס האָט צו טאָן — דער עיקר, מיט ייִדן. ער האָט דערצו צוגעגרייט אַ ליסטע פֿון פּראָמינענטע בני־ישׂראלניקעס אויף דער וועלט, וועלכע האָבן באַרײַכערט די וועלט מיט זייערע פֿעיִקייטן און חכמה די לעצטע הונדערט יאָר. און דערמאָנענדיק באַזונדער זייערע נעמען, פּראַוועט ער אַן אָרגיע פֿון אָפֿענעם ייִדנהאַס.

די לעקציע איז אָנגעזאַפּט מיט "אַמוזירנדיקע" אָבסערוואַציעס, היסטאָרישע הערות און פֿילאָסאָפֿישע אַרײַנבליקן אין יעדן ווינקל פֿון זײַן לײַב און לעבן.


געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער טשילעער שאַכטיאָר, קאַרלאָס באַריאָס (אין מיטן), קומט אַרויס פֿון גרוב,
פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין סאַן־כאָסע

אין פּאָליטישן לעבן פֿון דער וועלט — און ווער דען דיקטירט עס מיטן לעבן פֿון דער מענטשהייט, אויב נישט די פּאָליטיק? — זענען רגעס פֿון מענטשלעכקייט אַ זעלטענע דערשײַנונג. "מענטשהייט" און "מענטשלעכקייט" זענען נישט אַלע מאָל אַ פֿרידלעכער זיווג. פֿאַראַן מענטשן וואָס טענהן, אַז דווקא דאָס רישעות, די באַהויפּטונג, אַז "אַ מענטש צו אַ מענטש איז אַ וואָלף", שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם מאָטאָר, די נאַטירלעכע טרײַבקראַפֿט פֿון דער מענטשלעכער עקזיסטענץ. לויט דאַרווינען איז דער עצם געראַנגל פֿאַרן לעבן און איבערלעבן דער טרײַב־מאָטאָר פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון די מיליאָנען לעבעדיקע מינים און וועזנס, און צווישן זיי — די אַנטוויקלונג פֿון דעם מין מענטש, וועלכער באַטראַכט זיך פֿאַר דעם "האַר פֿון דער וועלט", דער סאַמע אינטעליגענטסטער פֿון אַלע בעלי־חיים אויף דער וועלט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקע פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַבֿרהמען און שׂרהן, אַז זיי וועלן האָבן אַ זון, און געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו צו מאַכן אַ ברית.

"וירא אליו ה׳", אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית־מילה, ווען אַבֿרהם אָבֿינו איז געזעסן בײַם אַרײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, האָט דער אייבערשטער זיך צו אים באַוויזן. דרײַ מלאכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, האָבן אים צוגעזאָגט, אַז ער וועט האָבן זײַן זון אין אַ יאָר אַרום. די מלאכים האָבן אויך איבערגעגעבן אַבֿרהמען, אַז זיי גייען איצט צו צעשטערן סדום און עמורה.