- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צוויי גרויסע, סופּער־געשעענישן האָט די וואָך איבערגעלעבט אַמעריקע: דעם "סופּערבאָל" און דעם "סופּערדינסטיק". אויב דער ערשטער "סופּער" איז פֿאַרבונדן מיט ספּאָרט, איז דער צווייטער "סופּער" געקניפּט און געבונדן מיטן רעזולטאַט פֿונעם אָנגייענדיקן קאַנדידאַטן־געיעג צו די פּרעזידענטישע וואַלן. אָבער אַמעריקע איז אַזאַ לאַנד, וווּ פּאָליטיק און ספּאָרט קאָנען גיין האַנט בײַ האַנט (אָדער פֿוס בײַ פֿוס) און דערהויבן ווערן אין די אויגן פֿונעם פֿאָלק צו איין מדריגה, ווײַל סײַ ספּאָרט און סײַ פּאָליטיק שטעקן אָן מיט אַזאַ אַזאַרט, אַז מע פֿאַרגעסט אַ געוויסע צײַט אין אַלע צרות, וואָס אויך אין אַמעריקע פֿעלן זיי נישט אויס. זענען מיר שוין, ברוך־השם, — אָבער נישט אַזוי בשלום — איבערגעקומען דעם ווינאָגראַד־קאָשמאַר, וועלכער האָט איבערגעלאָזט דעם ציבור אַ צעטומלטן און אים קיין רו נישט געבראַכט. "דאָס וועט מסתּמא זײַן" — האָבן מיר באַטאָנט אין אונדזער פֿאָריקן אַרטיקל — "דער סוף פֿון דעם ווינאָגראַד־געשפּענסט, וואָס איז געהאָנגען ווי אַ שווערער דראָענדיקער וואָלקן איבער דער פּאָליטישער אַרענע קרובֿ אַנדערטהאַלבן יאָר". און מיר האָבן צוגעגעבן, אַז "אין דער זעלבער צײַט, וועט דאָס זײַן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַעם פּאָליטישן קעסלגרוב, פֿון אַ נײַער פֿאַזע אין דעם געראַנגל פֿאַר דער געשטאַלטונג פֿון דער מדינה אין דער צוקונפֿט". די וואָך, לכּבֿוד דעם יאָרצײַט פֿון מײַן טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ז״ל, האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ מעשׂה, וואָס ער פֿלעג אונדז דערציילן וועגן זײַן זיידן פֿונעם טאַטנס צד, דעם שוחט, ר׳ איציע־מרדכי, וועלכער איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם און אויך געהאַט סמיכה אויף רבנות. בײַ די קצבֿים פֿונעם שטעטל איז ר׳ איציע־מרדכי נישט געווען באַזונדערס באַליבט, ווײַל יעדעס מאָל, וואָס ער פֿלעג פּסקענען אַ בהמה פֿאַר טריף, האָט מען זי געמעגט פֿאַרקויפֿן נאָר צו אַ גוי, און במילא ממשותדיק אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז. זיי רייטשעל האָט פֿאַרבעטן דעם אומדערוואַרטן גאַסט אַרײַנצוגיין אין שטוב, און אָנווײַזנדיק אויף אַ בענקל, לעבן דער טיר, געהייסן אים אַראָפּנעמען פֿון זיך די נאַסע בגדים. אַליין האָט זי זיך אַוועקגעטראָגן אין אַן אַנדער צימער און, כּל־זמן יאַשע האָט אַראָפּגעשלעפּט פֿון זיך דעם קורצן מאַנטל און די אויסגעווייקטע שווערע ספּאָרטשיך־"סניקערז", איז רייטשעל שוין געווען צוריק, האַלטנדיק אין דער האַנט אַ האַנטעך. מיט 110 יאָר צוריק, אין פֿרילינג 1898, האָט זיגמונד פֿרויד צוגעגרייט צום דרוק זײַן בוך וועגן דעם פּסיכאָלאָגישן באַדײַט פֿון חלומות. במשך פֿון טויזנטער יאָרן האָבן די מענטשן זיך ערנסט באַצויגן צו זייערע חלומות, און פֿלעגן זוכן אין זיי ענטפֿערס אויף פֿאַרשיידענע לעבנס-פֿראַגעס, פֿאָרויסזאָגונגען פֿון צוקונפֿט און אַנדערע מינים געהיימע אינפֿאָרמאַציע. צוליב פֿרוידס בוך, וואָס ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי אַ קלאַסישע פּסיכאָלאָגיע-שטודיע, האָבן די פּסיכאָלאָגן אָנגעהויבן פֿאָרשן דעם אָפּטײַטשן פֿון חלומות און דעם פֿענאָמען פֿון חלומען גופֿא ווי אַן ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע דיסציפּלין. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, ער זאָל אָנזאָגן די ייִדן צו געבן עטלעכע מינים מאַטעריאַלן — גאָלד, זילבער, קופּער, תּכלת-בלויע, פּורפּורנע און רויטע וואָל, פֿלאַקס, ציגן־וואָל, הויט פֿון בהמות, האָלץ פֿון אַ געוויסן מין בוים, איילבערט־אייל, געווירצן און אַדלשטיינער — כּדי צו שאַפֿן דעם משכּן, דאָס "וווינונג־אָרט" פֿאַר דער הייליקער שכינה. די גאַנצע הײַנטיקע פּרשה באַשטייט פֿון פּרטימדיקע אינסטרוקציעס, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע טיילן פֿונעם משכּן זאָלן אויסזען, און ווי אַזוי פּינקטלעך מע זאָל זיי קאָנסטרויִרן. |