Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דער וועג פֿונעם "ווײַסן הויז" קיין דײַטשלאַנד, אין הײַלינגענדאַם, וווּ עס קומט פֿאָר דער סאָמיט פֿון די G-8 לענדער, ליגט דורך עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש, האָט בדעה פֿעסטצושטעלן דעם שטאַנדפּונקט פֿון זײַן אַדמיניסטראַציע, מכּוח די פּראָבלע­מען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו די דאָזיקע לענדער. אַזוי, למשל, אין אַלבאַניע וועט געוויס גיין אַ רייד וועגן קאָסאָוואָ און איר אומאָפּהענגיקייט; אין פּוילן און טשעכיע — וועגן דער אינסטאָלאַציע פֿונעם שוץ־ראַדאַר, אַן עלעמענט פֿון דער אַלגעמיינער קעגנראַקעטן־סיסטעם. סײַ דער פּראָיעקט אַרום קאָסאָוואָ און סײַ דער פּלאַן אַרום דער קעגנראַקעטן־סיסטעם אין אייראָפּע רופֿן אַרויס אַ שאַרפֿע קריטיק בײַם רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין.


קהילה־לעבן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די וואָלאָזשינער ישיבֿה, געגרינדעט אין 1803

מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין ווײַסרוסלאַנד באַקומען אַ ביטערן אולטימאַטום.

די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אין וואָלאָ­זשין, אַ שטעטל וואָס געפֿינט זיך 55 מײַל פֿון דער קרוינשטאָט מינסק, האָט געשיקט אַ בריוו דעם "פֿאַרבאַנד פֿון רעליגיעזע ייִדישע שילן", אַן אָרטאָדאָקסישע דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָרענענדיק, אַז אויב ביזן 26סטן אַפּריל וועט דער "פֿאַרבאַנד" נישט קאָנען זאַמלען $20,000 צו רעמאָנטירן די היסטאָרישע וואָלאָזשינער ישיבֿה, וועט די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אים אָנקלאָגן אין געריכט, כּדי צוריקצונעמען דעם בנין.


חורבן
חנוכּה, קיל, דײַטשלאַנד, 1932

אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג "Daring to Resist: Jewish Defiance in the Holocaust" [העלדיש זיך אַק­עגנגעשטעלט: דער ייִדישער ווידערשטאַנד בעתן חורבן]. אין דער אויסשטעלונג ניצט דער מוזיי 250 עקספּאָנאַטן און 150 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע מע האָט באַקומען אָדער געליִען פֿון הונדערט יחידים און אינסטיטוציעס. אַזאַ קאָאָר­דינירטע מיטאַרבעט צווישן אַזוי פֿיל מנדבֿים טרעפֿט זיך זעלטן אין דער מוזייען־וועלט.


פּובליציסטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעזידענט לינדאָן דזשאַנסאָן (לינקס) מיטן פּרעמיער לוי אשכּול

אין דער סיני־מלחמה אין אָקטאָבער 1956 האָט ישׂראל געהאַט אַ קאָלאָסאַלן מילי­טערישן זיג. אָבער ישׂראלס מיליטערישע דערגרייכונגען אין דער דאָזיקער מלחמה זענען איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פֿון דער "יו־ען": אָנשטאָט ישׂראלדיקע סאָל­דאַטן, האָבן די אָקופּירטע שטחים פֿאַרנומען פּאָזיציעס סאָלדאַטן פֿון דער "יו־ען", וועלכע האָבן אַזוי אַרום געשאַפֿן אַ מחיצה צווישן ישׂראל און עגיפּטן.


טעאַטער
פֿון לעוו בערינסקי (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"די צוויי קוני–לעמל" אין אַ נײַער אויפֿפֿירונג פֿונעם "טרוים–טעאַטער"

פּאַריז קען זיך נישט באַרימען, אַז זי זאָל האָבן אַ מאָל געווען צווישן די מע­טראָפּאָליעס פֿון ייִדישן טעאַטער. די צאָל ייִדיש–רעדנדיקע אײַנוווינער אין גאַנץ פֿראַנ­קרײַך האָט אַפֿילו אין די בעסטע צײַטן, אין די דרײַסיקער יאָרן, נישט אַרי­בער­געשפּאַנט די הונדערט טויזנט; און דווקא ווען ס׳ייִדישע טעאַטער האָט דאָ גע­האַלטן אין וואַקסן, האָט דער חורבן פֿאַר­שניטן דעם גרעסטן טייל פֿון יענעם ווירקלעכן אָדער פּאָטענציעלן עולם.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט געשיקט צוועלף "מרגלים" (אויסשפּירער), צו באַקוקן דאָס לאַנד פֿון כּנען, דאָס קומענדיקע ארץ-ישׂראל, וואָס דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט צו געבן ייִדן בירושה. ווען די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער מיסיע, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען באַזיגן די דאָרטיקע אײַנוווינער. בלויז משה רבינוס הויפּט-תּלמיד, יהושע-בן-נון, אַ פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט אפֿרים, און כּלבֿ-בן-יפֿונה, פֿון שבֿט יהודה, האָבן פֿאַרטיידיקט דאָס לאַנד און געמאָלדן, אַז די ייִדן וועלן זיכער קענען ירשענען דאָס לאַנד.