- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר האָט זיך צעוואַקסן אַ נײַער מינהג בײַ אַ צאָל ליבעראַלע שילן און ייִדישע קהילה־צענטערס איבער אַמעריקע: עטלעכע וואָכן פֿאַר פּסח פּראַווען פֿרויען זייער אייגענעם סדר, וווּ מע באַטאָנט די אויפֿטוען פֿון די העלדינס פֿון יציאת־מצרים, און מע גיט אָפּ כּבֿוד די וויכטיקע פֿרויען פֿון דער ייִדישער געשיכטע בכלל. אין אַן אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿון דער "פֿרויען־ליגע פֿון קאָנסערוואַטיוון יודאַיִזם" פֿאַראַיאָרן, האָט ליסאַ קאָגען, די בילדונג־דירעקטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, דערקלערט, פֿאַר וואָס די סדרים זענען אַזוי וויכטיק: "איינע פֿון די גרעסטע איראָניעס פֿון פּסח איז אַז, פֿון איין זײַט, פֿײַערן מיר די פֿרײַהייט פֿון שקלאַפֿערײַ, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, האָרעווען די פֿרויען נעבעך אַזוי שווער צוצוגרייטן אויף פּסח, אַז זיי ווערן צו מיד אָפּצושאַצן דעם יום־טובֿ! דערצו, ווען זיי זעצן זיך (סוף־כּל־סוף!) שוין אַוועק צום סדר, ווערט באַלד קלאָר, אַז קיין איין פֿרוי ווערט נישט דערמאָנט אין דער הגדה. דער פּסחדיקער סדר ווערט געפֿירט אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער וועלט אויף דעם זעלבן, מער־ווייניקער סטאַנדאַרטן, שטייגער. עס זענען אָבער פֿאַראַן פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע חילוקים. לאָמיר זיך אָפּשטעלן אויף די חסידישע מינהגים. דער ווײַסער קיטל בײַ אַ סך ייִדן טוט זיך דער ראָש־המשפּחה אָן בײַם סדר אין אַ ווײַסן קיטל. דער נצי״בֿ, הרבֿ נפֿתּלי־צבֿי בערלין, אַ באַקאַנטער ליטווישער גאון, האָט געזאָגט, אַז דער קיטל דערמאָנט אונדז אינעם קרבן־פּסח, וואָס מע האָט געגעסן אָנגעטאָן אין ווײַסע מלבושים. דער "מגן־אַבֿרהם" און אַנדערע באַקאַנטע פּוסקים דערקלערן, אַז דער קיטל, וואָס זעט אויס ווי תּכריכים, דערמאָנט אונדז, מיר זאָלן זיך נישט צעווילדעווען צופֿיל בײַם סדר.
דעם טראַדיציאָנעלן פּסח־סדר ריכט מען אָפּ דאָס יאָר אין ייִדישע היימען איבער דער וועלט, און די אַלטע הגדה, כּמעט צוויי טויזנט יאָר אַלט, וועט מען לייענען בײַ דער געלעגנהייט. דער עלטסטער הגדה־כּתבֿ־יד שטאַמט פֿונעם 10טן יאָרהונדערט, און מע האָט אָנגעהויבן צו דרוקן הגדות, ווי באַזונדערע ווערק און נישט ווי אַ טייל פֿון אַ מחזור, אינעם 13טן יאָרהונדערט אין שפּאַניע און איטאַליע. דער טעקסט פֿון דער הגדה במשך פֿון די יאָרן איז געבליבן דער זעלבער, אָבער דאָ און דאָרט האָט מען עפּעס צוגעגעבן און אַוועקגענומען. "חד גדיא" און "אחד מי יודע", למשל, האָט מען צוגעגעבן אינעם 15טן יאָרהונדערט און זיי זענען געוואָרן אַזוי באַליבט, אַז מע האָט זיי געהאַלטן ווי אַ טייל פֿונעם סדר. פּאַראָדיעס פֿון דער הגדה האָט מען אָנגעהויבן צו דרוקן אינעם 19טן יאָרהונדערט, און מע קען הײַנט אין אַ גוטער ביבליאָטעק געפֿינען אָן אַ שיעור דוגמאות פֿון די הגדה־פּאַראָדיעס. אין אַ צײַטונג־מאַטעריאַל וועגן די גרויליקע יאָרן פֿון ייִדישער פֿאַרניכטונג, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס", האָב איך געשריבן: "...גאָר באַזונדער דאַרף אונטערגעשטראָכן ווערן, אַז אין ליכט פֿון אונדזערע הײַנטיקע טעג פֿאַרנעמט צווישן אַזוינע מחברים ווי אַבֿרהם סוצקעווער, הערש סמאָליאַר, הירש דאָבין, און מאיר יעלין אַ ביז גאָר חשובֿ אָרט מאַשע ראָלניק (ראָלניקײַטע)". איר צושטײַער אין אונדזער חורבן־ליטעראַטור איז נישט צום איבערשאַצן. ס’איז ווי זי וואָלט געגעבן אַ שבֿועה, ווי אומדערטרעגלעך שווער און פּײַנלעך דאָס זאָל ניט זײַן, נאָר ביז דעם לעצטן אָטעם נישט אַרויסלאָזן די פּען פֿון האַנט און אָן אויפֿהער, מיט באַוווּסטזיניק אונטערגעשטראָכענער ייִדישקייט, דערציילן וועגן די אומגעבראַכטע קדושים; דערציילן טיף־יחידיש, מיט פּראָסט־האַרציקע וואָכעדיקע רייד, מיטן שטילן ווייגעשריי, וואָס זאָל זיך לאָזן ווײַט הערן. איר ווייגעשריי דערגייט צום לייענער נאָר דערפֿאַר, ווײַל אַליין איז זי אַרײַנגעפֿאַלן אונטערן נאַצישן חלף, ווען איר האָט באַדאַרפֿט ערשט ווערן פֿערצן יאָר און דאָס וואָס איר איז אויסגעקומען אויסצושטיין האָט זיך פֿאַראַנקערט ביז הײַנט אין איר זכּרון. זי איז אין פֿולן זין פֿון וואָרט אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם זכר. איינס, דאָס ווייס איך איינס, דאָס איז אונדזער גאָט, דער וואָס לעבט, און דער וואָס שוועבט, אין הימל און אויף דער ערד. די ערשטע סטראָפֿע פֿונעם ייִדישן נוסח פֿונעם הגדה־ליד "אחד מי יודע" שטאַמט פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "קאָפּענהאַגער הגדה", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין 1739 אין אַלטאָנאַ־האַמבורג, דײַטשלאַנד. דער קינסטלער פֿון די אילוסטראַציעס אין דער הגדה, וואָס איז אויף לשון־קודש און ייִדיש, האָט געמאָלן אורי פֿײַוווּש, דער זון פֿון יצחק־אײַזיק סגל. דאָס ליד, מיט ענלעכע ווערטער, זינגט מען נאָך הײַנט, בפֿרט אין ליטוויש־ייִדישע היימען. די אַנדערע סטראָפֿעס פֿונעם ליד אין דער אַלטער הגדה זינגט מען אַזוי: צוויי זענען די "טאַוויל"; דרײַ זענען די "פֿעטער"; פֿיר זענען די "מיטער"; פֿינף "די ביכער", זעקס "לערנונג", זיבן "פֿײַערונג", אַכט "באַשנײַדונג", נײַן "געווינערין", צען "די צען געבאָט", עלף "שטערן", צוועלף "געשלעכט", און דרײַצן "די זיטן". צווישן נח פּרילוצקיס ערשטע עסייען וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר, וואָס ער האָט אָפּגעדרוקט אין דער פּסח־בײַלאַגע פֿון דער וואַרשעווער צײַטונג "אונדזער לעבן" אין 1910, איז געווען זײַן קליינע שטודיע "פֿאָלקס חד־גדיא: אַ בלעטל פֿאָלקלאָר". ער האָט באַשלאָסן צו שרײַבן וועגן די לידער צוליב זייער עלטער און ייִחוס; און פּרילוצקי איז געווען גערעכט — עס זעט אויס, אַז די פּסחדיקע לידער אויף ייִדיש, בפֿרט די וואַריאַנטן פֿון "אחד מי יודע" און "חד גדיא", זענען פֿון די עלטסטע לידער וואָס ווערן נאָך הײַנט געזונגען. אַחרי מיט עטלעכע וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "שמיני", האָבן מיר באַטראַכט די מעשׂה מיט צוויי זין פֿון אַהרן הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא. זיי האָבן געבראַכט אַ קטורת אינעם מישכּן, און זענען פֿאַרברענט געוואָרן אינעם הימלישן פֿײַער; דער אייבערשטער האָט געזאָגט, אַז זיי האָבן געבראַכט אַ "פֿרעמד פֿײַער" און דערפֿאַר זענען זיי באַשטראָפֿט געוואָרן. די חז״ל דערקלערן, אַז יענער טראַגישער טאָג, ווען אַהרנס זין זענען אומגעקומען, איז געווען ראָש-חודש ניסן. זײַענדיק כּהנים, האָבן נדבֿ און אַבֿיהוא געהאַט דאָס רעכט צו ברענגען דאָס קטורת. די גמרא לייגט פֿאָר עטלעכע מעגלעכע סיבות פֿאַר זייער שטראָף. לויט איין דעה, זענען זיי געווען שיכּור. די חסידישע מפֿרשים טײַטשן עס אָבער אָפּ נישט אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן און דערקלערן, אַז די אומגעקומענע כּהנים האָבן זיך געפֿילט בלויז "גײַסטיק שיכּור" און זענען ממש אויסגעגאַנגען פֿון התלהבֿות. |